אַ משל פֿון די בעלי־חיים

A Lesson from the Animals


פֿון לייזער בורקאָ

Published July 25, 2014, issue of August 15, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דער האַמסטער, וואָס מיר האָבן אים אַ נאָמען געגעבן „נאָוזי‟ (נאָזיק), האָט איבערגעלעבט די אַלע אַנדערע שטוב־חיות. פֿאַר אים האָב איך אַליין געבויט אַן אייגן שטײַגל פֿון האָלץ און דראָט, וווּ ער האָט געקענט רויִק פֿאַרברענגען זײַנע טעג מיט עסן און לויפֿן אין זײַן „האַמסטער־רעדל‟ — נאָר ער האָט ניט געוואָלט. ווײַל דאָס שטײַגל איז ניט געווען פּראָפֿעסיאָנעל געמאַכט, איז נאָוזי כּסדר פֿון אים אַנטלאָפֿן, און וואָכן און חדשים האָט ער געלעבט אויף דער פֿרײַ.

ער האָט געמאַכט אַ צווייטע היים פֿאַר זיך אין דער וואַנט פֿון דער קיך, הינטער דער וואַשמאַשין פֿאַר געפֿעס, וווּ ער האָט אָנגעשפּײַכלערט אַ גרויסן סכום האַמסטער־עסן. דאָרט איז געווען זײַן „מאַלינע‟, וווּ דער האַמסטער־פּאַרטיזאַנער האָט זיך באַהאַלטן, און אויף וויפֿל איך ווייס, ליגט דאָס גאַנצע האַמסטער־עסן דאָרט אין דער וואַנט ביזן הײַנטיקן טאָג. ס׳איז געווען שווער צו כאַפּן נאָוזין, ווײַל ער פֿלעגט אַרויסקומען נאָר אין דער פֿינצטער. מע האָט געדאַרפֿט וואַרטן ביז טיף אין דער נאַכט, ווען עס האָבן זיך געהערט זײַנע קליינע האַמסטערישע טריט אויף דער פּאָדלאָגע, אָדער דער קלאַנג פֿון זײַנע ציין אויף די זעקלעך מיט האַמסטער־עסן.

בשעת איך האָב געפֿירט מײַנע אָפּעראַציעס צו כאַפּן נאָוזין, האָט מיר קיינער ניט דערציילט, אַז אַ דורכשניטלעכער האַמסטער לעבט בלויז צוויי יאָר. ווען איך וואָלט עס געוווּסט, וואָלט איך אים אפֿשר געלאָזט צו רו הינטער דער וואַשמאַשין, זאָל ער דאָרט זיך עלטערן אין פֿריידן ביז 120. נאָר איין טאָג האָב איך אַרײַנגעקוקט אין זײַן שטײַגל און דערזען, אַז ער רירט זיך ניט. די מאַמע האָט מיך געטרייסט, אַז ער איז נאָר קראַנק, און זי האָט אים אַוועקגעלייגט לעבן די טרעפּ פֿונעם בנין, דאָרט וווּ מע לאָזט די פּעקלעך מיסט; אפֿשר וועט עמעצער אים געפֿינען און אים צוריק ברענגען צו די כּוחות?

אַ מענטש איז געגליכן צו אַ האַמסטער. אַ געוויסע צײַט איז ער זייער אַקטיוו: ער אַרבעט, ער טוט, ער לויפֿט אין זײַן רעדל; ער מאַכט פֿאַר זיך אַ בונקער קעגן דער וועלט, אָדער ער פֿירט ראָמאַנען מיט האַמסטערקעס און האָדעוועט יונגע האַמסטערלעך צו תּורה, צו חופּה און צו מעשׂים־טובֿים. נאָר צום סוף זעט ער אײַן, אַז דורכן גאַנצן לויפֿעניש איז ער געבליבן אויף איין אָרט. די קורצע צײַט, וואָס ער איז דאָ, האָט ער אָפּגעניצט מיט אומזיסטע זאַכן, און איין נאַכט לייגט ער זיך שלאָפֿן אין זײַן בונקער און ער שטייט שוין מער ניט אויף.

ס׳איז אַ רחמנות אויפֿן האַמסטער, און ס׳איז פּונקט אַזאַ רחמנות אויפֿן מענטשן. וויבאַלד אַזוי, איז באמת ניטאָ קיין צײַט פֿאַר די אַלע רעליגיעזע און נאַציאָנאַלע קאָנפֿליקטן, וואָס די וועלט ברענט מיט זיי.