(די 2 טע זײַט פֿון 2)
זײ האָבן זיך באַזעצט אין ניואַרק, ניו-דזשױרזי, װוּ דער פֿאָטער האָט געשאַפֿן אַ מעדיצינישע פּראַקטיק. סײַ ער, סײַ זײַן פֿרױ זײַנען געװען אַקטיװע מיטאַרבעטער פֿונעם „פֿאָרװערטס‟. מיכאל קאַופֿמאַן האָט געשריבן אַרטיקלען אױף מעדיצינישע טעמעס און פֿעליעטאָנען אונטער דעם פּסעװדאָנים ק. מיכאל; איבערגעזעצט ביאַליקס לידער אױף ייִדיש, און אין אײנעם מיט זײַן שװאָגער י. ד. בערקאָװיטש האָט ער צוגעגרײט צום דרוק „דאָס שלום־עליכם־בוך‟ (1926).
װי עס האָט זיך געפֿירט אין שלום־עליכמס משפּחה, האָט מען אין שטוב גערעדט רוסיש. אין אַמעריקע האָט בעל קאַופֿמאַן באַהערשט ענגליש, האָט פֿאַרענדיקט דעם האַנטער־קאָלעדזש אין ניו־יאָרק און באַקומען אַ דיפּלאָם פֿון אַ לערערקע אין קאָלומביע-אוניװערסיטעט. אָבער קײן פֿעסטע שטעלע אין אַ שול האָט זי ניט געהאַט, װײַל מען האָט געהאַלטן, אַז זי האָט געהאַט אַ „פֿרעמדן אַקצענט‟ אין ענגליש. זי האָט געאַרבעט װי אַ במקום־לערערקע אין פֿאַרשידענע שולן, און די דאָזיקע דערפֿאַרונג האָט איר געגעבן שטאָף פֿאַרן ערשטן בוך אירן, „אַרױף אױף די טרעפּ, װאָס פֿירן אַראָפּ‟. דאָס דאָזיקע בוך, װאָס איז אַרױס אין 1965, האָט איר געמאַכט אַ שם אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור, הגם אַלײן האַלט זי, אַז דאָס בעסטע װערק אירס איז דער ראָמאַן „ליבע אאַז״וו‟.
בעל קאַופֿמאַן איז פֿאַרבליבן אַ לערערקע ביז די סאַמע לעצטע טעג אירע. זי האָט ליב געהאַט צו רעדן פֿאַר אַן עולם, האָט געהאַט הנאה, װען מען האָט זי געלױבט און געלאַכט פֿון אירע װיצן. אינעם עלטער פֿון הונדערט יאָר האָט זי באַקומען אַ פֿאַרבעטונג פֿון „האַנטער־קאָלעדזש‟ צו לערנען אַ קורס װעגן ייִדישן הומאָר. װען מען האָט בײַ איר געפֿרעגט, װאָס האָט זי געירשנט בײַ איר זײדן, פֿלעגט זי ענטפֿערן: דאָס אײגנאַרטיקע הומאָר־געפֿיל, „דאָס לאַכן דורך טרערן‟. „הומאָר‟, פֿלעגט זי זאָגן, „קומט פֿון דער נשמה, און קאָמעדיע — דאָס זײַנען אַנעקדאָטן… דאָס האָט מיך אָנגעלערנט שלום־עליכם‟.
אָבער ייִדיש האָט זי גוט ניט געקענט, און די רוסישע ליטעראַטור איז איר געװען נענטער פֿון דער ייִדישער. „טשעכאָװן קען איך כּמעט אױף אױסנװייניק‟, האָט זי דערצײלט אין אַן אינטערװיו מיט אַ פּאָר יאָר צוריק. װי אַ 16־יאָריק מײדל האָט זי אָנגעשריבן אַן אַנטציקטן בריװ צום שרײַבער װלאַדימיר נאַבאָקאָװ, און באַקומען פֿון זײַן פֿרױ, װעראַ, אַ קורצן ענטפֿער: „מײַן מאַן איז זײער פֿאַרנומען, אַ שײנעם דאַנק פֿאַר אײַער בריװ‟. — „זינט דעמאָלט האָב איז זי פֿײַנט באַקומען‟, האָט דערקלערט קאַופֿמאַן. דער דאָזיקער עפּיזאָד װײַזט, אַז זי איז געװען זײער גוט באַהאַװנט אין דער רוסישער ליטעראַטור, װײַל אין 1927 איז נאַבאָקאָװ נאָך געװען קױם באַקאַנט, מחוץ דעם שמאָלן קרײַז פֿון דער רוסישער אימיגראַנטישער ליטעראַטור אין אײראָפּע.
בעל קאַופֿמאַן האָט עטלעכע מאָל באַזוכט רוסלאַנד. איר ערשט בוך איז אַרױס אױף רוסיש, און בלײַבט פּאָפּולער ביז הײַנט. אין אוקראַיִנע האָט זי באַזוכט קיִעװ, אָדעס און פּערעיאַסלעװ, דאָס געבױרן־אָרט פֿון איר זײדן. אין מאָסקװע אָנהײב 1990ער האָט זי געמאַכט אַן אינטערװיו מיט מיכאַיִל גאָרבאַטשעװס פֿרױ ראַיִסאַ. בעל קאַופֿמאַן האָט אין שלמות און זאַפֿטיק דורכגעלעבט איר לעבן; תּמיד געשטימט אָפּטימיסטיש, פֿלעגט זי גלענצנדיק אױסזען און זײַן שטאָלץ מיט זיך און מיט איר משפּחה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.