האַמבורג: „די שלמה בירנבוים־געזעלשאַפֿט‟

Hamburg: The Salomo Birnbaum Society

די גרופּע אויפֿן נאַטור־שפּאַציר אינעם עקאָלאָגישן דאָרף וואָלפֿסדאָרף, לעבן האַמבורג
די גרופּע אויפֿן נאַטור־שפּאַציר אינעם עקאָלאָגישן דאָרף וואָלפֿסדאָרף, לעבן האַמבורג

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published July 31, 2014, issue of August 15, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

שבת האָט די ייִדיש־לערערין פֿונעם האַמבורגער אוניווערסיטעט, דאָראָטעאַ גרעווע מיך פֿאַרבעטן אָנצופֿירן מיט אַ נאַטור־שפּאַציר אויף ייִדיש אינעם עקאָלאָגיש־אָפּגעהיט דאָרף, וווּ זי וווינט — אַ כּמו־קיבוץ־קאָאָפּעראַטיוו „וואָלפֿסדאָרף‟. גרעווע איז געווען צווישן די ערשטע יונגע דײַטשן, באַקאַנט אין אַמעריקע, זיך צו פֿאַרנעמען מיט ייִדיש, און האָט זיך געלערנט די שפּראַך אין דער אָקספֿאָרדער פּראָגראַם אין די 1980ער יאָרן.

אויף אונדזער נאַטור־שפּאַציר איז אויך געקומען גרעוועס אַ חבֿר, וועלכער האָט אָנגעשריבן אַ בוך, אפֿשר צוויי, וועגן דעם נאָדלבוים — טאַקסוס (אויף ענגליש „yew‟). ער באַטייליקט זיך אין אַן אינטערנאַציאָנאַלער געזעלשאַפֿט מיטן ציל צו ראַטעווען די ביימער, און ער פֿאָרט אַרום איבער דער וועלט צו קוקן אויף די טאַקסוסעס אין פֿאַרשיידענע לענדער. ווען מיר זענען טאַקע צוגעקומען צו אַ טאַקסוס אויף אונדזער שפּאַציר, האָט אונדזער טאַקסוס־מבֿין גאָרנישט געזאָגט — אַפּנים פּריטשמעליעט געוואָרן. ער איז אַרומגעגאַנגען דעם בוים עטלעכע מאָל, דערנאָך זיך אָפּגעשטעלט און פֿאַרלייגט די הענט, קוקנדיק די גאַנצע צײַט אויפֿן בוים. די אַנדערע אין דער גרופּע האָבן אַוודאי געוואַרט צו הערן אַ קלוג וואָרט פֿון אים — אָבער ניין, ער איז געשטאַנען און געמאַכט אַ שווײַג. האָב איך, סוף־כּל־סוף, אַ פֿרעג געטאָן בײַ אים — „נו, וואָס זאָגט איר דערויף?‟. האָט ער געקראַצט דאָס בערדל און צוגעבאָמבקעט — יאָ, טאַקע אַ טאַקסוס. מער וועגן דעם בוים האָבן מיר פֿון זײַן מויל נישט אַרויסבאַקומען.

סאַבינע בעליך אין אַ קלאַסצימער פֿון דער „איסראַליטישער טאָכטערשולע‟
סאַבינע בעליך אין אַ קלאַסצימער פֿון דער „איסראַליטישער טאָכטערשולע‟

צו מײַן 3־שעהדיקן סעמינאַר אויף ייִדיש איז געקומען אַן עולם נישט קלענער ווי אינעם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟. צווישן די אָנטיילנעמער איז געקומען ד”ר איזידאָר לעווין, וועלכער האָט שטודירט מיטן גרויסן פֿאָלקלאָריסט פּראָפֿ’ וואָלטער אַנדערסאָן אין טאַלין, עסטאַלנד, פֿאַר דער מלחמה. כאָטש מע האָט מיר געוואָרנט, אַז ער האָט אַ טבֿע שטאַרק צו קריטיקירן די רעדנער אין דער סעמינאַר־סעריע, האָט ער דאָס מאָל זיך „געהאַלטן אין דער מעלה‟ און נאָר געלויבט מײַן וואַרשטאַט און מײַן שפּראַך. מיר דאַכט זיך, אַז סע זענען דאָ אַזוי ווייניק ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן אויף דער וועלט, אַז ער האָט זיך געפֿילט מחויבֿ זיך צוריקצוהאַלטן פֿון זײַנע שאַרפֿע רייד.

די דרײַ אָנפֿירער פֿון דער „שלמה בירנבוים־געזעלשאַפֿט‟ — סאַבינע בעליך, דאַנקאַ קאָוואַלסקי און דאָראָטעאַ גרעווע — האָבן מיר געוויזן די „איסראַליטישע טאָכטערשולע‟, אַ ייִדישע מיידלשול, געבויט אין 1883. אין 1942 האָבן די נאַציס אַלע מיידלעך פֿון דער שול דעפּאָרטירט אין די לאַגערן, און אויף איין גאָרן האָט מען פֿאַרהיט די קלאַסצימערן פּונקט ווי אין יענער צײַט, ווי אַ דענקמאָל. דער בנין טראָגט הײַנט אַ נאָמען נאָכן לעצטן שול־דירעקטאָר, אַלבערטאָ יאַנאָס, וועלכער איז אויך דעפּאָרטירט געוואָרן קיין טערעזינשטאַט. קלאַסן לערנט מען ווײַטער דאָרטן, צווישן זיי — די ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור מיט דאָראָטע גרעווע.