(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דער הויך־פּונקט פֿונעם דאָזיקן פּראָצעס איז געקומען אין 1967–1968. די פּױלישע ייִדן האָבן אַרױסגעװיזן זײערע סימפּאַטיעס צו מדינת־ישׂראל בעת דער מלחמה, אָבער די אָפֿיציעלע פּאָזיציע פֿון פּױלן איז דיקטירט געװאָרן דורך סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. די קאָמוניסטישע מאַכט האָט באַשלאָסן אױסצונוצן דעם פּאַסיקן מאָמענט און באַזײַטיקן די ייִדן פֿון וויכטיקע פּאָזיציעס. ייִדן זײַנען געפֿאַלן אַ קרבן פֿאַר די סטודענטישע פּראָטעסטן אין 1968. צװישן אַנדערע מאָסנאַמען האָט די רעגירונג אױפֿגעהערט צו אָנערקענען ייִדיש, װי אַ פּױלישע מינאָריטעט־שפּראַך און געפֿאָדערט, מען זאָל צושטעלן פֿאַר דער צענזור אַלע ייִדישע מאַטעריאַלן אין דער פּױלישער איבערזעצונג. די דאָזיקע רדיפֿות האָבן גורם געװען אַן עמיגראַציע־כװאַליע פֿון ייִדן, װאָס האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר פּאָליאַקן.
די פֿאַרבליבענע ייִדן האָבן שױן מער ניט געהאַט קײן אילוזיעס װעגן דער ייִדישער צוקונפֿט אין פּױלן. דער באַשלוס צו פֿאַרבינדן זײער גורל מיטן נײַעם סאָציאַליסטישן פּױלן, איז געװען ניט נאָר זייער פּאָליטישער, אָבער אױך פּערזענלעכער באַשלוס. זײער גלױבן אין סאָציאַליזם האָט זײ געהאָלפֿן, האַלט אַוערבאַך, צו געפֿינען אַ פּשרה צװישן דעם ייִדישן און דעם פּױלישן חלק פֿון זײער אײגענער אידענטיטעט. דאָס יאָר 1968 איז געװאָרן דער סוף פֿון דעם אײגנאַרטיקן פּראָיעקט פֿון אױפֿבױען אַ נײַע װעלטלעכע ייִדישע קולטור אין סאָציאַליסטישן פּױלן, װאָס דער ייִדישער זשורנאַליסט און כּלל־טוער דוד ספֿאַרד האָט אָנגערופֿן „נוסח־פּױלן‟.
דער קערן פֿונעם בוך זײַנען די פּערזענלעכע געשיכטעס, װאָס אַוערבאַך רעקאָנסטרויִרט אױפֿן סמך פֿון אינטערװיוען, זכרונות, בריװ און אָפֿיציעלע דאָקומענטן. מען זעט די אַלגעמײנע געשיכטע דורך דעם שפּאַקטיװ פֿון עטלעכע דראַמאַטישע ביאָגראַפֿיעס. די דערצײלונג װערט מער געשפּאַנט און לעבעדיק װען די האַנדלונג דערנענטערט זיך צו די 1960ער יאָרן. מיר הערן שטימען פֿון מענטשן, װעלכע זײַנען געװען יונג און אַקטיװ פֿאַרטאָן אינעם עפֿנטלעכן קאַמף פֿאַר רעפֿאָרמירן סאָציאַליזם. אײניקע פֿון זיי, װי אָדם מיכניק, זײַנען שפּעטער געװאָרן פּראָמינענטע פֿיגורן אין דער „סאָלידאַרנאָסט‟–באַװעגונג. אַנדערע, װי אַלכּסנדר סמאָליאַר, האָבן עמיגרירט, אָבער פֿאַרבליבן פֿאַרטאָן אינעם קאַמף קעגן דעם קאָמוניסטישן רעזשים.
די טאַטעס פֿון די נײַע דיסידענטן זײַנען געװען אַלטע און געטרײַע קאָמוניסטן. אַוערבאַך פֿירט אונטער אַ ביטערן סך־הכּל: „אין משך פֿון צענדליקער יאָרן האָט מען געהאַלטן די ייִדן שולדיק אינעם אַרײַנברענגען קאָמוניזם קײן פּױלן. איצט האָט די מלוכה באַשולדיקט זײערע קינדער אין דער אָפּאָזיציע צו דער סיסטעם.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.