אין דער צײַט פֿונעם רענעסאַנס, זאָגט מען, האָט אַ געלערנטער נאָך געקענט צונויפֿנעמען דאָס גאַנצע וויסן פֿון דער מענטשהייט צווישן די טאָוולען פֿון די ביכער אין זײַן פּערזענלעכער ביבליאָטעק. די אַלע וויסנשאַפֿטן, ווי כעמיע און ביאָלאָגיע, זײַנען דעמאָלט נאָך געלעגן אין די וויקעלעך, ס׳איז נאָך ניט געווען צו פֿיל וואָס צו לייענען. דערפֿאַר רופֿט מען נאָך אַ „רענעסאַנס־מענטש‟ אַזאַ פּאַרשוין, וואָס איז געניט אין פֿאַרשיידענע קונסטן און וויסנשאַפֿטן, אָבער ניט קיין עקספּערט אויף קיין איין געביט.
אָבער זייער גיך האָט די אינפֿאָרמאַציע זיך אַזוי פֿאַרמערט, אַז ס׳איז געוואָרן אוממעגלעך צו ווערן אַ מומחה אין אַלץ; מע האָט געדאַרפֿט זיך ספּעציאַליזירן. פֿון דעסטוועגן, איז דער רענעסאַנס־מענטש געבליבן אַן אידעאַל און מיר זײַנען ווײַטער נוטה צו מיינען, אַז אַ מומחה אויף איין געביט קען אויך זאָגן מבֿינות וועגן כּלערליי אַנדערע זאַכן. דערפֿאַר האָבן מיר פֿאַרשיידענע פּראָפֿעסאָרן פֿון לינגוויסטיק, פֿון ליטעראַטור וכדומה, וואָס זאָגן זיך כּסדר אַרויס וועגן פּאָליטישע ענינים, כאָטש פֿון דער פּאָליטיק ווייסן זיי ווי אַ קו פֿון מיטוואָך. און דערפֿאַר פֿאָלגן פֿרומע ייִדן זייערע רבנים אין אַלע טאָג־טעגלעכע געשעפֿטן, כאָטש די דאָזיקע רבנים קענען געוויינטלעך ניט קיין צורת־מטבע. אויב איינער איז אַן עקספּערט אויף איין זאַך, מיינען מיר, אַז במילא ווייסט ער אויך אַלע אַנדערע זאַכן.
זשורנאַליסטן געהערן אויך צו דער דאָזיקער קאַטעגאָריע פֿון כּלומרשטיקע עקספּערטן, וואָס זאָגן זיך אַרויס וועגן זאַכן, וואָס זיי ווייסן באמת ניט. דאָס איז דאָך אונדזער פּראָפֿעסיע. ס׳איז אָבער פֿאַראַן אַ וויכטיקער חילוק, וואָס באַשטייט אין דעם, וואָס מיר זשורנאַליסטן זײַנען אָפֿן וועגן אונדזער אייגן עם־הארצות און מיר נאַרן קיינעם ניט אָפּ מיט אונדזערע דיפּלאָמען. יעדער לייענער ווייסט, אַז דאָס, וואָס דער זשורנאַליסט שרײַבט, דאַרף מען נעמען מיט אַ ביסעלע זאַלץ, און מען אָנערקענט דאָס רעכט פֿונעם זשורנאַליסט צו מאַכן טעותן.
אמתע מומחים האָבן ניט אַזאַ רעכט זיך טועה צו זײַן, פֿאַרשטייט זיך. אַז אַ פּאָליטיקער מאַכט על־פּי־טעות אַ מלחמה, אַז אַ פֿיזיקער מאַכט אַ „טשערנאָביל‟, למשל, אָדער אַ דאָקטער פֿאַרשפּרייט אַן עפּידעמיע, קען ער ניט זאָגן „אופּס!‟, בעטן מחילה פּשוט און גיין ווײַטער. אַזעלכע מענטשן זעצט מען אײַן אין תּפֿיסה. אָבער אַ זשורנאַליסט, אַז עס וואַרפֿן זיך דורך אַ פּאָר גרײַזן אין זײַנע אַרטיקלען, אַז ער פֿאַרבײַט איראַק מיט איראַן אָדער סלאָוועניע מיט סלאָוואַקיע, וועלן קיין קליינע קינדער ניט שטאַרבן דערפֿון — ס׳איז ניט געפֿערלעך.
דער לייענער זאָל ניט מיינען, אַז מיט דעם וויל איך זיך פּשוט אַרויסדרייען פֿונעם הייליקן אַחריות צו שרײַבן דעם אמת. אָבער פֿאַרן זשורנאַליסט איז דער „אמת‟ אַ ברייטער באַגריף, און עס לאָזט זיך אָן שאָדן אַרײַנקוועטשן אין אים אַ געוויסע צאָל אומפּינקטלעכקייטן, לאָמיר זאָגן, וואָס לאָזן דעם אמת דערשײַנען אין זײַן גאַנצער פּראַכט. דווקא דערפֿאַר בין איך געוואָרן אַ זשורנאַליסט, ווײַל איך האָב אַ טאַלאַנט פֿאַר אומפּינקטלעכקייטן און אין דעם פֿאַך קומען זיי צו נוץ. ווען איך וואָלט געוואָרן אַ כירורג, למשל, וואָלטן הונדערטער מענטשן שוין אויסגעגאַנגען אונטער מײַנע הענט, נעבעך, אָבער אַזוי קען איך נאָר הרגענען ווערטער.
מע שאַצט ניט אָפּ ווי געהעריק דאָס גרויסע חשיבֿות פֿון טעותן פֿאַר אונדזער היסטאָריע. ווען נאַפּאָלעאָן וואָלט זיך ניט פֿאַררעכנט און וואָלט זיך ניט אַרײַנגעריסן מיט זײַן „גראַנד אַרמיי‟ אין רוסלאַנד, וואָלטן מיר הײַנט אפֿשר אַלע גערעדט פֿראַנצייזיש. און ווען היטלער ימח שמו וואָלט ניט געמאַכט דעם זעלביקן טעות מיט הונדערט יאָר שפּעטער, וואָלט מסתּמא הײַנט קיינער ניט געווען. איז לאָמיר זײַן דאַנקבאַר פֿאַר אונדזערע טעותן, וואָס קענען זיך אויסלאָזן צום גוטן, אַ מאָל בעסער ווי מיר האָבן פּלאַנירט.
די וועלט זאָגט אַפֿילו: דער למדן אַז ער גרײַזט, גרײַזט ער האַרב. דאָס הייסט, אַ גרויסער טעות קען אַליין זײַן אַ סימן פֿון אַ גרויסן דענקער. און ווער מאַכט די גרעסטע צאָל טועתן? שרײַבער, זשורנאַליסטן, פֿאַרשטייט זיך.
דעריבער וויל איך מער ניט הערן קיין טענות פֿון אונדזערע לייענער, וואָס באַקלאָגן זיך, אַז דאָס און דאָס שטימט ניט מיטן אמת און דער און דער מענטש האָט גאָר ניט געהייסן אַזוי. שרײַבן איז אַ קונסט, ווי מאָלערײַ, און אַז דעם קינסטלערס פּענדזל גליטשט זיך אויס און זײַן לײַוונט ווערט באַשפּרענקלט מיט פֿאַרב אויף עפּעס אַן אַבסטראַקטן, פּאָסטמאָדערנעם אופֿן, קען אַרויסקומען אַ בילד וואָס איז נאָך בעסער, נאָך אמתער ווי די ווירקלעכקייט. אַזוי דאַרף מען באַטראַכטן אונדזער אַרבעט: דאָס זײַנען ניט קיין טעותן — דאָס איז קונסט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.