אין די לעצטע טעג האָט מען געקענט הערן איבער די נײַעס-קאַנאַלן אויף דעם ראַדיאָ אַ „מעסעדזש‟ פֿון דער „נטרונא‟־אָגאַניזאַציע, וואָס האָט זיך געהערט בערך אַזוי: „מדינת־ישׂראל געפֿינט זיך אינמיטן אַן אָפּעראַציע קעגן די פּאַלעסטינער, און דאָס לייגט די ייִדן איבער דער גאַנצער וועלט אַרײַן אין אַ סכּנה. דערפֿאַר איז וויכטיק, אַז די וועלט זאָל וויסן — ציוניזם דאַרף ווערן אָפּגעטיילט פֿון ייִדישקייט. מדינת־ישׂראל האָט נישט דאָס רעכט צו רעדן אין נאָמען פֿון דעם אַלוועלטלעכן ייִדנטום וויבאַלד מיר דערקלערן אָפֿן, אַז זיי זענען נישט אונדזערע פֿאַרטרעטער. להיפּוך פֿון די ציוניסטן, זענען מיר דווקא געטרײַ פֿאַרן פּרעזידענט אָבאַמאַ און זיין שליח דזשאָן קערי, און מיר זענען געטרײַ צו דער אַמעריקאַנער רעגירונג. אויב איר ווילט וויסן מער וועגן דעם, באַזוכט אונדזער וועבזײַטל…‟
קען זײַן, אַז איר זענט צעמישט, ווי פּלוצעם אָבאַמאַ מיט קערי קומען דאָ אַרײַן אינמיטן דערינען? איז לאָמיר אײַך מסביר זײַן, אַז די „נטרונא‟ לעבט נאָך מסתּמא מיט אַ צוריקגעשטאַנענער היסטאָריע, אין וועלכער די געטרײַשאַפֿט פֿון אַ מענטש צו זײַן לאַנד מוז זיך אויסדריקן דורך דער געטרײַשאַפֿט צום „קעניג‟; און דערפֿאַר זענען מיר מחוייבֿ צוליב דער „גזירת הגלות‟ צו שווערן געטרײַשאַפֿט צו אַדונו המלך, פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, ירום־הודו. די „נטרונא‟ ווייסט מסתּמא נישט, אַז אין אַ דעמאָקראַטישער סיסטעם מאַכט עס גאַנץ קנאַפּ אויס, וואָס איר האַלט וועגן דעם פּרעזידענט און זײַן אויסערן־מיניסטער. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס דעמאָנסטרירט אַ גאַנץ באַדײַטנדיקע מאָס פֿון שמאָלקעפּיקייט מצד דער אָרגאַניזאַציע. נאָר צום ווייטיק, קען אַ שמאָלקעפּיקער אויך זייער צונוץ קומען פֿאַר אַנטיסעמיטן, און דאָס איז גענוג, כּדי צו שעדיקן דאָס ייִדישע פֿאָלק, חלילה.
דער מציאות איז, אַז די ציוניסטישע מדינה איז שוין אַ געשעענער פֿאַקט, און אין אירע גרענעצן לעבן אַרום פֿינף מיליאָן ייִדן. ווען „נטרונא‟ רופֿט אויס צו דער אַלגעמיינער וועלט: „מיר שאָקלען זיך אָפּ פֿון ישׂראלס עקזיסטענץ, וויבאַלד דאָס איז אַ פֿאַרברעכן‟, — איז אַפֿילו אויב מיר זאָלן אָננעמען, אַז די אַנטיסעמיטן איבער דער וועלט פֿאַלן טאַקע אָן אויף ייִדן נאָר צוליב די פֿאַרברעכנס פֿון דער מדינה, און ס’איז נישט בלויז אַ שלייער, וואָס זיי נוצן, כּדי צו קענען אויסגיסן זייער שׂנאה אויף דער עפֿנטלעכקייט, וועט דאָך אָבער אַזאַ דערקלערונג גאָרנישט אויפֿטון, צו באַרויִקן די שׂונאי־ישׂראל, ווײַל סוף־כּל־סוף, זענען דאָך פֿאַראַן מיליאָנען ייִדן, וואָס געבן יאָ אַ האַנט צו דעם „גרויסן ציוניסטישן פֿאַרברעכן‟.
וואָס די פּראָפּאַגאַנדע טוט אויף איז נאָר דאָס, אַז די שׂונאי־ישׂראל קענען יעצט נוצן אַ געלונגענעם מקור ווי איבערצוּווײַזן, אַז זיי זענען גערעכט מיט זייערע אַנטיסעמיטישע טענות, דורכן זאָגן: „אָט, זעסטו דאָך, אַז אַפֿילו די ייִדן זאָגן, אַז מדינת־ישׂראל איז אַ שטיק פֿאַרברעכן…‟ די „רחמנותדיקע‟ אַנטיסעמיטן איבער דער וועלט זענען נישט אַזוי שמאָלקעפּיק, ווי „נטרונא‟, און זיי פֿאַרשטייען גאַנץ גוט, אַז „נטרונא‟ איז נישט מער ווי אַן עקסטרעמיסטישע גרופּע, וואָס געפֿינט זיך ערגעץ אין אַ ווינקל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, אָבער ווען ס’וועט קומען צו נוצן זייערע טענות קעגן ייִדן, דאָרט וועט אַוודאי „נטרונא‟ געבראַכט ווערן ווי „די עדות פֿונעם פֿאַרברעכער קעגן זיך אַליין‟.
אויפֿן וועבזײַטל פֿון „נטרונא‟ שטעלן זיי אַרויס זייער ציל אַזוי: „אונטערברענגען מדינת־ישׂראל זענען מיר נישט בכּוח, אָבער מיר זענען ווייניקסטנס בכּוח אויסצוליידיקן די מדינה פֿון איר ייִדישן אינהאַלט. אויב אַלע פֿרומע ייִדן וועלן זיך אָפּזאָגן פֿון דער מדינה, וועט זי ממילא פֿאַרלירן דעם ייִדישן אינהאַלט; און מ’וועט מער נישט האַלטן די ייִדן פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דעם, וואָס די ׳ציוניסטן׳ טוען.‟
אָט די וויזיע פֿון „נטרונא‟ איז נאָר איינע פֿון נאָך אַ צאָל אומזיניקע וויזיעס, וואָס פֿיגורירן איבער זייער וועבזײַטל, וואָס צײַגן ווידער די תּמימות, מיט וועלכע זי שפּײַזט זיך, לעבנדיק אינגאַנצן אין אַ רעאַליטעט, וואָס געהערט גאָרנישט צו אונדזער פּלאַנעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.