וואַקסנדיקע שׂינאה קעגן מוסולמענער

Growing Hatred of Muslims among American Jews

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published August 07, 2014, issue of August 29, 2014.

ווי אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן, בין איך שטאַרק באַזאָרגט און אויפֿגערעגט וועגן דעם וואַקסנדיקן אַנטיסעמיטיזם אין אייראָפּע, וואָס בושעוועט צוליבן כּעס איבער ישׂראלס אינוואַזיע אין עזה. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ס׳רובֿ ייִדן זענען ניט ישׂראלים און ניט אַלע ישׂראלים שטיצן די אַקציעס פֿון נתניהוס רעגירונג, דריקן אויס אַ סך קעגנער פֿון דער מלחמה זייער כּעס ווי אַ פּראָסטן און מנוּוולדיקן אַנטיסעמיטיזם. ווען די אומרויִקע פּראָ־פּאַלעסטינער צעווילדעוועטע מאַסן זענען באַפֿאַלן, למשל, דעם ייִדישן קוואַרטאַל אין פּאַריז, האָט זיי ניט געאַרט די פּאָליטישע מיינונג פֿון די ייִדישע קונים אין די אָרטיקע רעסטאָראַנען. שולדיק זענען געווען די קונים נאָר צוליב דעם, וואָס זיי זענען ייִדן. וועגן די פֿאַרשידענע קאָמפּליצירטע פּאָליטישע שפּאַלטונגען אין דער ייִדישער קהילה ווילן די אָנפֿאַלער ניט הערן. זיי ווילן פּשוט באַשולדיקן די ייִדן, ווײַל זיי זענען ייִדן, און ישׂראל איז אַ ייִדיש לאַנד.

פֿאַרשטייט זיך, אַז אַפֿילו ווען אַלע ייִדן אויף דער וועלט וואָלטן געשטיצט נתניהוס באַשלוסן (און ייִדן האָבן קיינמאָל אַלע ניט געשטיצט דעם זעלבן צוועק, אַפֿילו אין משה רבנוס צײַטן), וואָלט דאָס אויך קיין תּירוץ ניט געווען צו באַלאַגערן אַ ייִדישן רעטסאָראַן צי אַ שיל. די איינציקע לעגיטימע פּלעצער, וווּ מע מעג פּראָטעסטירן קעגן די באַשלוסן פֿון אַן אויסלענדישער רעגירונג, זענען עפֿנטלעכע ערטער, ווי סקווערן אָדער פּאַרקן, אָדער פֿאַר אַן אַמבאַסאַדע אָדער קאָנסולאַט, וואָס געהערט צו דעם לאַנדס רעגירונג. דאָס פּראָטעסטירן פֿאַר אַן עטנישן רעסטאָראַן אָדער געשעפֿט מיינט ניט קיין עכטן פּאָליטישן פּראָטעסט, נאָר אַ מין קאָלעקטיווע שטראָף, באַזירט אויף שׂינאה, לויט וועלכן איינער איז שולדיק אין די אַקציעס פֿון אַנדערע פֿון דער זעלביקער גרופּע.

אַן ישׂראלדיקער סאָלדאַט האַלט אַ שילד, אויף וועלכן עס שטייט געשריבן: „עס אַרט צ׳׳הל מער די פּאַלעסטינער קינדער, ווי זיי אַרן די פּאַלעסטינער אַליין‟
אַן ישׂראלדיקער סאָלדאַט האַלט אַ שילד, אויף וועלכן עס שטייט געשריבן: „עס אַרט צ׳׳הל מער די פּאַלעסטינער קינדער, ווי זיי אַרן די פּאַלעסטינער אַליין‟

איך דערמאָן דעם סאָרט שׂינאה ניט ווײַל איך וויל שרײַבן אַ גאַנצן אַרטיקל וועגן דעם וואַקסנדיקן אַנטיסעמיטיזם אין אייראָפּע; וועגן דעם האָבן אַנדערע שוין געשריבן. איך האָב עס אָבער דערמאָנט נאָר צוליב דעם, ווײַל איך זע, אַז עס פֿאַרשפּרייט זיך אַן ענלעכע מכּה אויף דער אַמעריקאַנער ייִדישער גאַס: אַ ווילדע שׂינאה צו די מוסולמענער בכלל און פּאַלעסטינער בפֿרט. די דאָזיקע צו מאָל ראַסיסטישע שׂינאה, אַזוי ווי דער אייראָפּעיִשער אַנטיסעמיטיזם, האָט, אַוודאַי, עקזיסטירט לאַנג פֿאַר דעם, וואָס ישׂראל און „כאַמאַס‟ האָבן אָנגעהויבן זייערע בלוטיקע קאַמפֿן. אין ביידע פֿאַלן, אָבער, האָט די שׂינאה זיך אַלץ מער און מער פֿאַרשפּרייט צוליב דער מלחמה, און זיך פֿאַרוואַנדלט פֿון אַ מאַרגינאַלן פֿענאָמען אין אַ „הויפּט־שטראָמיקן‟.

הרבֿ דוד סעט־קירשנער, למשל, דער פּרעזידענט פֿונעם ניו־יאָריקער „ועד הרבנים‟, וואָס נעמט אַרײַן רבנים פֿון די רעפֿאָרמער, קאָנסערוואַטיווער, אָרטאָדאָקסישער און „ווידערבוי‟־באַוועגונגען, האָט זונטיק דעם 29סטן יולי גערעדט פֿאַר אַן עולם פֿון 10,000 פּראָ־ישׂראלדיקע דעמאָנסטראַנטן אין מאַנהעטן. די מאַסן־דעמאָנסטראַציע, אונטערן נאָמען „ניו־יאָרק שטייט מיט ישׂראל‟, האָט אינדאָרסירט כּמעט אַלע הויפּט־שטראָמיקע פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין דער ניו־יאָריקער געגנט, אַרײַנגערעכנט די היגע ייִדישע פֿעדעראַציעס, וואָס דינען ווי אַ מין כּמו־אָפֿיציעלע ייִדישע זעלבסט־רעגירונג. בעת זײַן רעדע האָט הרבֿ סעט־קירשנער געזאָגט דעם עולם, אַז די ציווילע בירגער אין עזה, וואָס האָבן געשטימט פֿאַר „כאַמאַס‟, זענען ניט קיין עכטע ציווילע; זיי זענען שולדיק אין אַלץ, וואָס „כאַמאַס‟ טוט. דער עולם האָט אויף דעם אַפּלאָדירט און געשריגן, ווי אַ באַווײַז, אַז דער רבֿ איז גערעכט.

בײַ די פּאַלעסטינער וואַלן אין 2006, לאָמיר עס דערמאָנען, האָט די טעראָריסטישע גרופּע „כאַמאַס‟ געוווּנען בלויז 45% פֿון די שטימען, און אַ סך פּאַלעסטינער האָבן אַפֿילו ניט געשטימט. דערצו איז די סיבה פֿאַר וואָס „כאַמאַס‟ האָט באַקומען אַזוי פֿיל שטימען, ניט זײַן שטעלונג צו ישׂראל, נאָר ווײַל זײַן קעגנער, „פֿאַטאַך‟, וואָס איז צו יענער צײַט געווען בײַ דער מאַכט, איז געווען ווילד־קאָרומפּטירט און האָט שלעכט אויסגעפֿירט די אַרבעט. ס׳איז אויך כּדאַי צו דערמאָנען דעם פֿאַקט, אַז אַ העלפֿט פֿון דער עזה־באַפֿעלקערונג איז הײַנט ייִנגער פֿון 18 יאָר. ווען מע נעמט אין באַטראַכט, אַז די וואָס האָבן אַפֿילו געקענט שטימען מיט 8 יאָר צוריק זענען איצט אַלע עלטער פֿון 26 יאָר, פֿאַרשטייט מען, אַז אַרום 65% פֿון דער הײַנטיקער באַפֿעלקערונג אין עזה האָט אַפֿילו דעמאָלט ניט געקענט שטימען. הייסט עס, אַז בלויז אַרום 15% פֿון דער הײַנטיקער עזה־באַפֿעלקערונג האָט געשטימט פֿאַר „כאַמאַס‟ - בלויז איין מאָל, מיט 8 יאָר צוריק.



Highlight or double-click any word to see its English translationxDon't show again
loading