אונדזערע משוגעים

Crazy People


פֿון לייזער בורקאָ

Published August 10, 2014, issue of August 29, 2014.

ווער עס קומט קיין ניו־יאָרק אַפֿילו אויף אַ קורצן וויזיט, וועט זיכער באַמערקן צוויי זאַכן, וואָס אונדזער שטאָט צייכנט זיך אויס מיט זיי, אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע שטעט: א) אויף די טראָטואַרן און אין די גאַסן הײַפֿלען זיך בערגלעך מיסט, וואָס מע פֿילט זייער גערוך באַזונדער שאַרף אין די הייסע זומערטעג; און ב) אומעטום דרייען זיך אַרום משוגעים — אין דער באַן, אין גאַס, אין אַלע רעסטאָראַנען און געשעפֿטן. מע רעדט צו זיך אַליין, מע שרײַט מיט באַנומענע קולות אויף די פֿאַרבײַגייער, מע בעטלט און סטראַשעט די, וואָס גיבן ניט — אַ כּלל, ס׳איז לעבעדיק בײַ אונדז.

געוויינטלעך, ווייסט מען ניט, צי דער משוגענער איז אַ ייִד צי אַ גוי, אָבער אין געוויסע געגנטן קען מען זײַן זיכער: אין באָראָ־פּאַרק, וויליאַמסבורג, און קראַון־הײַטס באַגעגנט מען ניט ווייניק ייִדן מיט בערד און פּאות, וואָס עס פֿעלט זיי אַ קלעפּקע אין קאָפּ. וויפֿל פּראָצענט פֿון זייערע רייד איז פֿון זייער משוגעת, און וויפֿל — פֿון דער תּורה, איז אַ מאָל שווער צו דערקענען. למשל, אַ קענטיקער פּראָצענט פֿון די חבדניקעס אין קראַון־הײַטס, וואָס רעדן כּסדר פֿון משיח, זײַנען זיכער משוגעים, און דאָס קומט דערפֿון, וואָס די ליובאַוויטשער זײַנען מקרבֿ צו ייִדישקייט מענטשן פֿון אַלע מינים.

אין דער אַלטער היים איז אויך ניט געווען קיין דוחק אין משוגעים. פֿאַר דער צײַט פֿון דער מאָדערנער מעדיצין און פּסיכיאַטריע, האָבן אַלע שטעט און שטעטלעך געשוויבלט און געגריבלט מיט זיי. אַ בעל־הביתּישער ייִד האָט פֿאַרבעטן איינעם פֿון די שטאָט־נאַראָנים צו זיך אויף דער שבתדיקער סעודה, און בײַ ייִדישע חתונות איז געווען אַ מינהג צו צעטיילן לעקעך פֿאַר זיי, ווי פֿאַר אַנדערע אָרעמע־לײַט, וואָס פֿלעגן קומען אויפֿן אָרעם־מאָלצײַט. פֿון איציק גאָטעסמאַן קען איך דעם אַלטן אויסדרוק „פֿירן אין באָד אַרײַן‟, וואָס מיינט: אָפּנאַרן. דאָס שטאַמט פֿון אַ צווייטן מינהג, ווען מע פֿלעגט פֿירן אַלע נאַראָנים פֿון שטעטל צוזאַמען אין מרחץ, כּדי זיי אויסצוּוואַשן.

אין אַ געוויסער מאָס קען מען באַטראַכטן די רעליגיע גופֿא, כאָטש אין דער טראַדיציאָנעלער געזעלשאַפֿט, ווי אַ קאָלעקטיוון אויסדרוק פֿון גײַסטיקע קראַנקייטן. אַז אַ קראַנקער אויף סכיזאָפֿרעניע, למשל, איז אַרײַן אין אַ פּסיכאָז און האָט אָנגעהויבן זען האַלוצינאַציעס, רעדן פֿון היץ, האָט מען ניט אַנדערש געדאַרפֿט אים ברענגען צום גוטן־ייִדן, מע זאָל פֿון אים אַרויסטרײַבן אַ דיבוק. צום שווערן עול פֿון אונדזערע תּרי”ג מיצוות האָבן די רבנים נאָך צוגעגעבן כּלערליי חומרות, ווי אַזוי מע דאַרף צובינדן די שיכבענדלעך, ווי אָפּצושערן די נעגל וכדמה, אַזוי אַז יעדע מינוט פֿון לעבן איז רעגולירט און קאָנטראָלירט. די דאָזיקע כּסדרדיקע פֿאַרנומענקייט מיט ברכות און ריטואַלן איז, דאַכט זיך, אַ קלאָרער אויסדרוק פֿון דער OCD-קראַנקייט, דעם „אָבסעסיוון קאָמפּולסיוון פֿעלער‟, וואָס מע זעט, למשל, בײַ מענטשן, וואָס חזרן איבער כּסדר די זעלביקע טוּונגען: וואַשן זיך די הענט, עפֿענען און פֿאַרמאַכן די טיר אאַז”וו, כּדי צו באַרויִקן די אייגענע אַנגסט און נערוועזקייט. ווער עס לײַדט ספּעצעל פֿון דער דאָזיקער קרענק און איז שטרענג מדקדק אויף אַלע פּרטימלעך פֿון דער הלכה, ווערט בײַ ייִדן פֿאַררעכנט פֿאַר אַ גרויסן צדיק.