אונדזערע משוגעים

Crazy People


פֿון לייזער בורקאָ

Published August 10, 2014, issue of August 29, 2014.

ווער עס קומט קיין ניו־יאָרק אַפֿילו אויף אַ קורצן וויזיט, וועט זיכער באַמערקן צוויי זאַכן, וואָס אונדזער שטאָט צייכנט זיך אויס מיט זיי, אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע שטעט: א) אויף די טראָטואַרן און אין די גאַסן הײַפֿלען זיך בערגלעך מיסט, וואָס מע פֿילט זייער גערוך באַזונדער שאַרף אין די הייסע זומערטעג; און ב) אומעטום דרייען זיך אַרום משוגעים — אין דער באַן, אין גאַס, אין אַלע רעסטאָראַנען און געשעפֿטן. מע רעדט צו זיך אַליין, מע שרײַט מיט באַנומענע קולות אויף די פֿאַרבײַגייער, מע בעטלט און סטראַשעט די, וואָס גיבן ניט — אַ כּלל, ס׳איז לעבעדיק בײַ אונדז.

געוויינטלעך, ווייסט מען ניט, צי דער משוגענער איז אַ ייִד צי אַ גוי, אָבער אין געוויסע געגנטן קען מען זײַן זיכער: אין באָראָ־פּאַרק, וויליאַמסבורג, און קראַון־הײַטס באַגעגנט מען ניט ווייניק ייִדן מיט בערד און פּאות, וואָס עס פֿעלט זיי אַ קלעפּקע אין קאָפּ. וויפֿל פּראָצענט פֿון זייערע רייד איז פֿון זייער משוגעת, און וויפֿל — פֿון דער תּורה, איז אַ מאָל שווער צו דערקענען. למשל, אַ קענטיקער פּראָצענט פֿון די חבדניקעס אין קראַון־הײַטס, וואָס רעדן כּסדר פֿון משיח, זײַנען זיכער משוגעים, און דאָס קומט דערפֿון, וואָס די ליובאַוויטשער זײַנען מקרבֿ צו ייִדישקייט מענטשן פֿון אַלע מינים.

אין דער אַלטער היים איז אויך ניט געווען קיין דוחק אין משוגעים. פֿאַר דער צײַט פֿון דער מאָדערנער מעדיצין און פּסיכיאַטריע, האָבן אַלע שטעט און שטעטלעך געשוויבלט און געגריבלט מיט זיי. אַ בעל־הביתּישער ייִד האָט פֿאַרבעטן איינעם פֿון די שטאָט־נאַראָנים צו זיך אויף דער שבתדיקער סעודה, און בײַ ייִדישע חתונות איז געווען אַ מינהג צו צעטיילן לעקעך פֿאַר זיי, ווי פֿאַר אַנדערע אָרעמע־לײַט, וואָס פֿלעגן קומען אויפֿן אָרעם־מאָלצײַט. פֿון איציק גאָטעסמאַן קען איך דעם אַלטן אויסדרוק „פֿירן אין באָד אַרײַן‟, וואָס מיינט: אָפּנאַרן. דאָס שטאַמט פֿון אַ צווייטן מינהג, ווען מע פֿלעגט פֿירן אַלע נאַראָנים פֿון שטעטל צוזאַמען אין מרחץ, כּדי זיי אויסצוּוואַשן.

אין אַ געוויסער מאָס קען מען באַטראַכטן די רעליגיע גופֿא, כאָטש אין דער טראַדיציאָנעלער געזעלשאַפֿט, ווי אַ קאָלעקטיוון אויסדרוק פֿון גײַסטיקע קראַנקייטן. אַז אַ קראַנקער אויף סכיזאָפֿרעניע, למשל, איז אַרײַן אין אַ פּסיכאָז און האָט אָנגעהויבן זען האַלוצינאַציעס, רעדן פֿון היץ, האָט מען ניט אַנדערש געדאַרפֿט אים ברענגען צום גוטן־ייִדן, מע זאָל פֿון אים אַרויסטרײַבן אַ דיבוק. צום שווערן עול פֿון אונדזערע תּרי”ג מיצוות האָבן די רבנים נאָך צוגעגעבן כּלערליי חומרות, ווי אַזוי מע דאַרף צובינדן די שיכבענדלעך, ווי אָפּצושערן די נעגל וכדמה, אַזוי אַז יעדע מינוט פֿון לעבן איז רעגולירט און קאָנטראָלירט. די דאָזיקע כּסדרדיקע פֿאַרנומענקייט מיט ברכות און ריטואַלן איז, דאַכט זיך, אַ קלאָרער אויסדרוק פֿון דער OCD-קראַנקייט, דעם „אָבסעסיוון קאָמפּולסיוון פֿעלער‟, וואָס מע זעט, למשל, בײַ מענטשן, וואָס חזרן איבער כּסדר די זעלביקע טוּונגען: וואַשן זיך די הענט, עפֿענען און פֿאַרמאַכן די טיר אאַז”וו, כּדי צו באַרויִקן די אייגענע אַנגסט און נערוועזקייט. ווער עס לײַדט ספּעצעל פֿון דער דאָזיקער קרענק און איז שטרענג מדקדק אויף אַלע פּרטימלעך פֿון דער הלכה, ווערט בײַ ייִדן פֿאַררעכנט פֿאַר אַ גרויסן צדיק.

ס׳איז טשיקאַווע צו באַמערקן, אַז געוויסע גײַסטיקע קראַנקייטן זײַנען מער פֿאַרשפּרייט אין געוויסע לענדער ווי אין אַנדערע. די OCD־קראַנקייט, למשל, איז צוויי אָדער דרײַ מאָל אַזוי פֿאַרשפּרייט אין אייראָפּע, אַפֿריקע, און לאַטײַן־אַמעריקע, ווי אין אַזיע. קען מען אפֿשר באַטראַכטן די ייִדן ווי אַ ספּעציעל נערוועזע און אַנגסטיקע גרופּע (צוליב פֿאַרשטענדלעכע סיבות), וואָס די ייִדישע רעליגיע האָט זיך אַזוי אַנטוויקלט, כּדי אײַנצושטילן די דאָזיקע נערוועזקייט.

די וויסנשאַפֿטלער האָבן אויך פֿעסטגעשטעלט אַ פֿאַרבינדונג צווישן גײַסטיקע קראַנקייטן און שעפֿערישקייט אין דער מענטשלעכער פּערזענלעכקייט. דער פּראָצענט גרויסע קינסטלער און שרײַבער, וואָס האָבן געליטן פֿון דעפּרעסיע און פֿון אַנדערע פּסיכאָזן, איז ממש צו שטוינען, און דערפֿאַר זײַנען אויך באַקאַנט אַזוי פֿיל זעלבסטמאָרדן. פֿון דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור קען מען צום בעסטן די פֿאַלן פֿון ערנעסט העמינגוויי און סילוויע פּלאַט. בײַ אונדז ייִדן, וואָס האָבן טויזנטער יאָרן אָפֿט חתונה געהאַט מיט ערשטע קוזינעס און אַזוי אַרײַנגעבראַכט אַ פּלאָנטער אין דער ייִדישער גענעטיק, איז אפֿשר ניט קיין חידוש, וואָס עס האָט זיך אַנטוויקלט אַ גרעסערע נטיעה סײַ צו משוגעת, סײַ צו שעפֿערישקייט. דערפֿאַר האָבן מיר דאָך דעם אויסדרוק: יעדער גאון האָט זײַן שגעון. אַפֿילו אין אונדזער קליין ייִדיש־וועלטל איז דאָ אַ היפּשע צאָל „טשודאַקעס‟, וואָס זיי זײַנען אפֿשר גערירט אויפֿן קאַסטן, אָבער פֿאָרט גיבן זיי אויך אַ וויכטיקן בײַשטײַער פֿאַר אונדזער קונסט און קולטור.

מע קען זיך וויצלען איבער זיי, אָבער ניט געקוקט אויף די מעלות פֿון אונדזערע משוגעים, דאַרפֿן מיר זיך אויך רעכענען מיט די גרויסע חסרונות. די מענטשהייט האָט צוליב גײַסטיקע קראַנקייטן פֿאַרלוירן אַ סך גרויסע טאַלאַנטן, אויך אַ סך פּשוטע מענטשן — טאַטעס, מאַמעס, קינדער. אַן ערך אַ פֿערטל פֿון די היימלאָזע אויף די גאַסן זײַנען גײַסטיק קראַנקע. איבער אַ העלפֿט פֿון די אַרעסטאַנטן אין אונדזערע תּפֿיסות זײַנען גײַסטיק קראַנקע (וואָס עס וואָלט אפֿשר געווען אַ פּלאַן, מע זאָל זיי באַהאַנדלען אין אַ שפּיטאָל, ניט האַלטן אין איזאָלאַציע אונטער אַזעלכע באַדינגונגען, אַז זיי וועלן זיכער ווערן נאָך מער משוגע און געפֿערלעך). ס׳איז ניט צו באַנעמען די גרויסע ליידן און יסורים, וואָס קומען פֿון גײַסטיקע קראַנקייטן, סײַ פֿאַר די קראַנקע אַליין, סײַ פֿאַר זייערע משפּחות און פֿרײַנד און פֿאַר דער אַרומיקער געזעלשאַפֿט.

דעריבער לאָמיר ווינטשן: אַפֿילו ווען אונדזער גאָט איז אַן אײַנרעדעניש, וואָס די OCD־רבנים האָבן אויסגעטראַכט, זאָל ער באַלד אויסהיילן אַלע אונדזערע משוגעים און זיי מאַכן פֿאַר געזונטע, נאָרמאַלע מענטשן במהרה־בימינו, אָמן.