(די 3 טע זײַט פֿון 3)
דאָס פֿאָלק זאָגט דאָך: בעסער אײן מאָל זען, װי צען מאָל הערן. אָט, זעט… איך ציטיר נאָר אַ פּאָר פּאַראַגראַפֿן פֿון דער „כאַמאַס־כאַרטיע‟, װאָרט בײַ װאָרט:
„לױטן װילן פֿון דעם ברחמנותדיקן און גרױסן אַללאַ, װעט ישׂראל עקסיסטירן, ביז דער איסלאַם וועט אים ניט פֿאַרניכטן, װי אױך אַלץ, װאָס איז געװען (האָט עקסיסטירט) פֿאַר אים.‟
„דער שליח פֿון אַללאַ (פּראָפֿיט מוכאַמאַד) האָט אין זײַן שלום־געבעט געזאָגט: ‘עס װעט ניט קומען די שעה (יום־הדין, גאולה), ביז די מוסולמענער װעלן ניט באַזיגן די ייִדן און װעלן ניט אױסהרגענען זײ, און װעלן פֿאַרפֿאָלגן זײ, און אַפֿילו װען אַ ייִד װעט זיך פֿאַרבאַהאַלטן הינטער אַ שטײן אָדער אַ בױם, טאָ די בײמער און די שטײנער װעלן אױסשרײַען: ‘מוסולמענער, דעם אַללאַס קנעכט, הינטער מיר האָט זיך באַהאַלטן אַ ייִד, קום און דערמאָרד אים‟.
דאָס האַרץ װײנט, װײַל איך װײס ניט קײן רפֿואה קעגן דער פּאַטאַלאָגישער ייִדן־פֿײַנטשאַפֿט, װעלכע אַפּעלירט צו די פּסוקים פֿון אַ בוך, װאָס איז הײליק פֿאַר 1.6 מיליאַרד מענטשן אױף דער װעלט. עס װײַזט אױס, אַז די װעלט האָט פֿאַרקוקט די שרעקלעכע סכּנה, װעלכע קומט פֿון די דזשיהאַדיסטן און דראָט אַלע פֿרײַע מענטשן און לענדער.
מדינת־ישׂראל, אָן אַ ספֿק, װעט פֿאַרטײדיקן אירע בירגער, סײַ ייִדן און סײַ ניט־ייִדן, סײַ הײַנט און סײַ מאָרגן, נאָר, דעם אמת געזאָגט, מיר גופֿא, פּונקט אַזױ װי אַלע אַנדערע ייִדישע און ניט־ייִדישע עלטערן אױף דער װעלט, װילט זיך זײַן זיכער, אַז עמעצער פֿון אונדזערע אײניקלעך װעט דערלעבן אַ זאָג צו טאָן: „מזל־טובֿ! הײַנט איז געװען דער ערשטער טאָג אָן מלחמות צװישן די מענטשן‟… מע דאַרף נאָר זײַן שטאַרק אין גלױבן אין דער חכמה, װױלהאַרציקײט און אײַזערנעם שוץ־כּוח פֿון אונדזערע מעסיקע פּאָליטיקער און העלדישע סאָלדאַטן.
דװקא זײער רעאַליסטיש קלינגט פּראָפֿעסאָר װיסטריכס מסקנא, אַז „עס איז אוממעגלעך צו באַזיגן דעם אַנטיסעמיטיזם, נאָר מע דאַרף קעמפֿן און אים איבערפֿירן פֿון דער אַקטיװער פֿאַזע אין אַ נײטראַלער פֿאָרעם‟.
און יענע װױלע דערװאַקסענע מענטשן מיט מילכצײן אין האַרצן, װעלכע גלײבן, אַז די אַבסטראַקטע קריסטלעכע „שײנקײט װעט ראַטעװען די װעלט‟, עצה איך זיי איבערלײענען די „כאַמאַס־כאַרטיע‟, און שױן נאָך דעם אָנשטרענגען אַלע כּוחות, כּדי צו װערן כאָטשבי אַן אָפּשפּיגלונג פֿונעם פֿירשט מישקין, דעם הױפּטהעלד פֿון דאָסטאָיעװסקיס ראָמאַן „אידיאָט‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.