ייִדישע אַרכיוו-אוצרות פֿון אוקראַיִנע

Jewish Archival Treasures of Ukraine


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published August 12, 2014, issue of August 29, 2014.

סוף 18טן יאָרהונדערט, בימי עקאָטערינאַ די צווייטע, האָט רוסלאַנד איבערגענומען (בגוואַלד, פֿאַרשטייט זיך) פֿון טערקײַ דעם קאָנטראָל איבער די ריזיקע טעריטאָריעס בשכנות מיטן שוואַרצן ים. דעמאָלט טאַקע האָט זיך באַוויזן דער טערמין „נײַ-רוסלאַנד‟, אָדער אויף רוסיש — „נאָוואָראָסיִיאַ‟. אין דער ייִדישער געשיכטע פֿון רוסלאַנד האָט דער דאָזיקער שטח געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע. ס׳איז גענוג צו דערמאָנען אַזעלכע שטעט ווי אָדעס און יעקאַטערינאָסלאַוו, באַוווּסט בײַ ייִדן אויך ווי קאַטערינאָסלאַוו. הײַנט הייסט עס דניפּראָפּעטראָווסק, און די ליובאַוויטשער חסידים גרויסן זיך מיט דער אַרבעט, וואָס זיי פֿירן דאָרטן, אין דעם „רביס שטאָט‟.

מע דאַרף ניט פֿאַרגעסן אויך, אַז דווקא אין נײַ-רוסלאַנד האָט זיך אָפּגעשפּילט דער ברייט-מאַסשטאַביקער עקספּערימענט, וואָס האָט געצילט צו שאַפֿן ייִדישע פֿאַרמערס. מײַן מאַמעס משפּחה שטאַמט פֿון די דאָזיקע ייִדישע פּויערים, וועלכע האָבן שפּעטער זיך באַזעצט אין די אַרומיקע שטעט, בתוכם אין די וואָס מע דערמאָנט הײַנט אין די נײַעס וועגן דער מלחמה אין אוקראַיִנע. אמת, קיין קרובֿים, לכל-הפּחות אַזעלכע, וואָס זײַנען מיר באַקאַנט, האָב איך ניט אין דער זאָנע, וווּ מענטשן ווערן געהרגעט טאָג-אײַן טאָג-אויס. די קרובֿים זײַנען שוין לאַנג אין ישׂראל צי נאָך ערגעץ-וווּ און הערן זיך צו פֿון דער ווײַטנס צו די געשעענישן אין זייער „אַלטער היים‟.

אַגבֿ, עס חידושט מיך, אַז דערווײַל האָט זיך ניט באַוויזן קיין באמת גרויסער שטראָם פֿון עליה פֿון יענע חרובֿ געמאַכטע און פֿאַרבלוטיקטע מקומות. מע שרײַבן וועגן הונדערטער ייִדן, וועלכע זײַנען אָדער אַנטלאָפֿן פֿון דאָרטן, אָדער געפֿינען זיך שוין אויפֿן וועגן קיין ישׂראל. אייניקע זײַנען שוין אַפֿילו אָנגעקומען אין לאַנד. צי הייסט עס, אַז די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז געווען אין יענע שטעט אַזאַ נישטיקע? אָדער ס‘רובֿ פֿון די ייִדן האָבן ניט געוואַרט ביז דער לעצטער מינוט און שוין געהאַט אויסגעקליבן אַנדערע וועגן און ריכטונגען? קיין קלאָרן ענטפֿער אויף אָט דער פֿראַגע האָב איך ניט געפֿונען. לעצטנס, שרײַבט מען, דער עיקר, וועגן דעם צײַטווײַליקן קעמפּ פֿאַר די פּלטים פֿון דער מלחמה-זאָנע, אָבער, ווידער, גייט דערווײַל די רייד נאָר וועגן עטלעכע הונדערטער נפֿשות.

אַזוי צי אַזוי, אָבער ס‘איז קלאָר, אַז נאָך דעם איצטיקן קאָנפֿליקט וועט די ייִדישע באַפֿעלקערונג ווערן נאָך שיטערער אין דעם דרום-מיזרחדיקן טייל פֿון אוקראַיִנע, וואָס די רוסישע פּראָפּאַגאַנדע האָט גענומען רופֿן מיטן פֿאַרשימלטן נאָמען „נײַ-רוסלאַנד‟. אין דעם איצטיקן עליה-שטראָם זעט מען בולט, אַז אוקראַיִנע, צוזאַמען מיט פֿראַנקרײַך, גיט דעם גרעסטן צוּוווּקס. דאָס קומט פֿאָר ניט געקוקט אויף די אַנטיסעמיטישע קלאַנגען, וואָס ווערן פֿאַרשפּרייט דורך אייניקע רוסישע נאַציאָנאַליסטן, אַז אַזעלכע שטעט ווי דאָנעצק און לוגאַנסק ווערן בכּיוון „אויסגערייניקט‟ פֿון זייערע תּושבֿים, כּדי צו באַפֿרײַען די ערטער פֿאַר ייִדישער קאָלאָניזאַציע.