(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די ציוניסטישע באַװעגונג און דער אױפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל האָט אױך געהאַט אַ שטאַרקן אײַנפֿלוס אױף דער ייִדישער משפּחה. די לינקע חלוצים, װאָס זײַנען געקומען פֿון מיזרח־אײראָפּע, האָבן פֿײַנט געהאַט אַלץ, װאָס האָט געשמעקט מיטן שטעטל און מיט דער אַלטפֿרענקישער ייִדישקײט. זײ האָּבן געגלייבט אין קאָלעקטיװע פֿאָרמען פֿון לעבן און אַרבעט, און דער קיבוץ איז פֿאַר זײ געװאָרן אַ נײַע משפּחה.
הײַנט װױנען דאָס רובֿ ייִדן אין דער גלאָבאַלער מערבֿדיקער װעלט. די װעלטלעכע ליבעראַלע מלוכות שטיצן דאָס רעכט פֿון זײערע בירגער צו האָבן חתונה מיט װעמען זײ װילן. די דאָזיקע פֿרײַהײט װערט אָפֿטמאָל אױפֿגענומען װי אַ סכּנה פֿאַרן המשך פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. באָיאַרין באַמערקט דערבײַ, אַז דער געדאַנק גופֿא, אַז דאָס ייִדישע פֿאָלק געפֿינט זיך אין אַ קריטישן מצבֿ, איז ניט קײן נײַער, און מען דאַרף ניט דאגהן צו פֿיל װעגן דעם. אָבער דער אינסטיטוט פֿון דער ייִדישער משפּחה מאַכט טאַקע יאָ אַדורך היפּשע ענדערונגען. די מערהײט פֿון אַמעריקאַנער ייִדן געהערן צו דער רעפֿאָרמיסטישער שיטה. אַ היפּשע צאָל פֿון זײ שטאַמען פֿון געמישטע משפּחות, בפֿרט אַז דער רעפֿאָרמיסטישער גיור איז אַ סך לײַכטער אײדער דער טראַדיציאָנעלער אָרטאָדאָקסישער. להיפּוך צו די רעפֿאָרמיסטן, פֿאַרנעמט די טראַדיציאָנעלע משפּחה דאָס צענטראַלע אָרט בײַ די חרדים. דער סאָציאָלאָג מנחם פֿרידמאַן האָט אַפֿילו באַנוצט דעם באַגריף „משפּחה־קהילה‟ פֿאַר באַשרײַבן זײער אינערלעכע אָרגאַניזאַציע.
אַזױ אַרום, פֿאַרסך־הכּלט באָיאַרין, איז די ייִדישע משפּחה זײער אַ דינאַמישער באַגריף, װאָס האַלט אין אײן ענדערן זיך זינט די אוראַלטע צײַטן. דערבײַ בלײַבט די משפּחה דער יסוד פֿונעם המשך פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. הײַנט איז ניט מעגלעך פֿאָרױסצוזאָגן, װאָס פֿאַר אַ פּנים װעט די דאָזיקע אינסטיטוציע האָבן אין דער נאָענטער צוקונפֿט. אַ ספּעציעלער משל, װאָס ברענגט צונױף די מאָדערנע דינאַמישקײט מיט דער טראַדיציאָנעלער סטאַבילקײט, זײַנען די חב״דישע שליחים, װאָס װערן געשיקט אין די װײַטסטע װינקלען פֿון דער װעלט, אָבער דערבײַ היטן זיי אָפּ זײער טראַדיציאָנעלן לעבנס־שטײגער. באָיאַרין ברענגט אַנדערע אינטערעסאַנטע בײַשפּילן פֿון דער ייִדישער הױפּטשטראָמיקער געזעלשאַפֿט — סײַ די סאַמע מאָדערנסטע און סײַ די סאַמע קאָנסערװאַטיװסטע, כּדי צו שטיצן זײַן פּראָװאָקאַטאָרישן טעזיס, אַז דװקא דאָרט װערן געבױרן די נײַע צוקונפֿטיקע פֿאָרמען פֿון ייִדישן מישפּחה־לעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.