וועגן חסידישן רעדן און נישט רעדן ייִדיש

On Hasidic Speech and not Speaking Yiddish


פֿון הערשל גלעזער

Published August 17, 2014, issue of September 12, 2014.

אַז מאַמע־לשון בײַ די חסידים איז שוין פֿון לאַנג אַנדערש ווי בײַ די נישט־חסידישע פֿרומע ייִדן, ווער רעדט נאָך בײַ וועלטלעכע, איז נישט קיין אומבאַקאַנטע זאַך. אויף דעם האָט אָנגעוויזן ד”ר מאַקס ווײַנרײַך: אַ שטייגער, בשעת בײַ סתּם ייִדן איז אַ גבאי אַ טוער אין, און אַ געלטשטיצער פֿון, אַ שיל, איז ער בײַ די חסידים דער שני לרבין; בײַ סתּם ייִדן איז אַ טיש אַ שטיק מעבל, בשעת בײַ חסידים איז ער אַ טייל פֿון „פּראַווען טיש“, וווּ די חסידים עסן דעם רבינס שיריים און הערן ווי ער זאָגט תּורה, און נאָך און נאָך.

חוץ דעם, מוז מען צוגעבן, אַז בײַם הײַנטיקן טאָג, ווען ס’רובֿ חסידים, לכל־הפּחות אין אַמעריקע, זענען אָפּשטאַמיקע פֿון דער דרומדיקער זײַט קאַרפּאַטן, איז דאָס חסידישע לשון באַזירט אויפֿן „אונטערלענדישן“ דיאַלעקט, דאָס הייסט, אויפֿן לשון פֿונעם אַמאָליקן מיזרח־אונגערן, וואָס דאָס נעמט אַרײַן ס’הײַנטיקע מיזרח־אונגערן, מיזרח־סלאָוואַקײַ, צפֿון־מערבֿ־רומעניע און סאַמע מערבֿ־אוקראַיִנע (יוצאים־מן־הכּלל זענען, למשל, די באָבעווער, וואָס רעדן פּויליש ייִדיש, און ליובאַוויטשער, וואָס רעדן ליטוויש ייִדיש). אָבער אַז ס’ייִדישע לשון איז אַן אינטעגראַלער טייל פֿון חסידות וועט, דאַכט זיך, קיינער נישט לייקענען.

אין שײַכות דערמיט ווילט זיך מיר אָנווײַזן דערויף, וואָס איך פֿאַרשטיי פֿונעם חסידישן צוגאַנג צו לשון.

נאָך מיט צענדליקער יאָרן צוריק האָט ד”ר שלמה בירנבוים, אַ פֿרומער ייִד, אַ פֿילאָלאָג און אַ טוער אין די בית־יעקבֿ־שולן, וואָס ער האָט צוגעגרייט פֿאַר די דאָזיקע שולן זײַן „אָרטאָדאָקסישן אויסלייג“, זיך באַקלאָגט, אַז בײַ די פֿרומע ייִדן איז דער צוגאַנג „עט… לשון… נאַרישקייטן“, אָדער, מיט דער פּשוט־פֿאָלקישער פֿאָרמולירונג: „ריידעלע יאַק ריידעלע, אַבי דאָברע מיינעלע‟ [‘מיין, כּוונה’], דאָס הייסט, ווי אַזוי מע רעדט איז אַלץ איינס, אַבי עס טויגן די געדאַנקען, וואָס מע ברענגט אַרויס.

אָט הערן די ייִדישיסטן פֿיל מאָל פֿון די חסידים, אַז מע מוז דינען דעם רבונו־של־עולם, און אַ טייל דערפֿון איז טאַקע רעדן ייִדיש, אָבער דורך אָפּגעבן זיך מיט ייִדיש איז מען מבֿטל ייִדישקייט. טאַקע דערפֿאַר האַלטן די חסידים נישט פֿון קיין אייטהייטלעכן אויסלייג, פֿון קיין ריינעם וואָקאַבולאַר אָן איבעריקע אַנגליציזמען, דײַטשמעריזמען אד”גל; פֿון קיין סטאַנדאַרטיזירטער גראַמאַטיק, בכלל נישט פֿון לערנען קיין קאָרעקט לשון. אַבי פֿרומע ייִדן רעדן און שרײַבן ייִדיש, איז אַלץ איינס, ווי אַזוי זיי רעדן און שרײַבן. אָט דעם צוגאַנג האָט ד”ר בירנבוים זײַן גאַנץ לעבן באַקעמפֿט, און מיט בית־יעקבֿ אין פֿאַרמלחמהדיקן פּוילן האָט ער געהאַט הצלחה, אָבער פֿון דעם איז קיין שפּור נישט געבליבן.

איז אַ טשיקאַווע זאַך: אָט ווייסן מיר, אַז פֿרומע ייִדן בכלל און די חסידים בפֿרט גייען מיטן גאַנג, אַז אָסור חדש מן התּורה, אַז אַלץ מוז בלײַבן בײַם אַלטן, מע טאָר אין ייִדישקייט נישט אײַנפֿירן קיין נײַס. אַלע תּריג מיצוות, הייסט עס, מוז מען היטן ווי ס’האָבן זיי געהיטן אַלע פֿריִערדיקע דורות. די באַוועגונגען, וואָס האָבן געפּרוּווט מקיל זײַן, פֿאַרגרינגערן די מיצוות, נישט נאָר זיי טויגן נישט, נאָר זיי פֿירן בפֿירוש אַוועק פֿון ייִדישקייט, לויטן חסידישן געדאַנקען־גאַנג. נישט־געקוקט אויף די טענות פֿון די מקילים, האַלטן זיך די חסידים בײַ זייערס, פֿאַרשטייט זיך, און נישט נאָר וועגן בפֿירושע מיצוות, נאָר אויך אין שײַכות מיט מינהגים.

טאָ פֿאַר וואָס זשע, פֿרעג איך אײַך, איז זייער צוגאַנג צו לשון ס’פֿאַרקערטע? קיינער וועט דאָך נישט טענהן „מלבוש יאַק מלבוש, אַבי דאָברע מיינעלע“. וועגן לשון וואָלטן זיי געדאַרפֿט זײַן פּונקט אַזוי שטרענג, בהסכּם מיט בירנבוימען. טשיקאַווע איז, וואָס זיי האַלטן אַנדערש. פֿאַרגעסן זיי, אָדער ווייסן בכלל נישט, אַז זייער פֿאַרדײַטשמערישטער אויסלייג און לעקסיק איז אַן אויפֿטו, מישטיינס געזאָגט, פֿון דער השׂכּלה. ווי קומט צו מסורהדיקע פֿרומע ייִדן אַזאַ משׂכּילישער צוגאַנג?!

און איצטער — אַ וואָרט וועגן דעם יחיד־במינו ליובאַוויטש. מיט וואָס ליובאַוויטש־חבד איז אַנדערש ווייסט איר אַוודאי, אָבער אין פּרט פֿון לשון דאַרף מען אַרויסהייבן, אַז ליובאַוויטשער רעדן ווינציקער ייִדיש ווי ס’רובֿ אַנדערע חסידים. פֿאַר וואָס? ווײַל, ווי כ’האָב געהערט פֿון זיי אַליין, מיט די בעלי־תּשובֿה וואָס זיי ציִען צו, וואָלט אָנגעקומען צו שווער צו פֿאַרלאַנגען, אַחוץ היטן מיצוות און פֿירן זיך מעשׂה פֿרומער ייִד, זיי זאָלן אויך רעדן מעשׂה פֿרומער ייִד, בפֿרט, אַז פֿרומע ייִדן לעבן זיך אויס אויף כּלערליי לשונות, נישט בלויז אויף מאַמע־לשון. נו, דאָס זעלביקע האָב איך געהערט פֿון דער מאָדערנער אָרטאָדאָקסיע, אַז מיטן גאַנצן עול פֿון ייִדישקייט, צי מע איז אַ בעל־תּשובֿה, צי אַ גאַנץ לעבן פֿרום, איז דאָס אויסלערנען זיך ייִדיש פּשוט איבער דער טבֿע.

אײַ, דער ליובאַוויטשער רבי האָט אָנגעזאָגט זײַנע חסידים, אַז דאָס רעדן ייִדיש איז אויך אַ מיצווה! ווי ס’האָט געשריבן אינעם „פֿאָרווערטס“ יואל מאַטוועיעוו (אויגוסט 1 הײַיאָר): „אין איין בריוו דערקלערט ער[= דער ליובאַוויטשער רבי], אַגבֿ, אַז אַ ייִדיש־רעדנדיקע ישיבֿה מוז מוסר־נפֿש זײַן, כּדי אָפּצוהיטן די שפּראַך, און בשום־אופֿן טאָר נישט אַריבערגיין אויף העברעיִש“. פֿאַר וואָס פֿאָלגט מען נישט דעם רבין? פֿרעגט מיך עפּעס גרינגערס… בפֿרט נאָך, אַז ס’איז דאָ אַ בפֿירושער מדרש, אַז דער רבונו־של־עולם האָט אונדז אויסגעלייזט פֿון מצרים, ווײַל ייִדן האָבן נישט געביטן זייערע נעמען, זייערע מלבושים און זייער לשון. אין אונדזערע צײַטן, אָבער, שפּילט שוין בײַ אונדז לשון נישט קיין ראָלע — היתּכן?

דעריבער מיין איך, אַז מיר ייִדישיסטן, קענען זיך געבן אַ קניפּ אין בעקל: אָט היטן מיר אַ מיצווה וואָס פֿרימערע פֿון אונדז קענען נישט אַריבערטראָגן. און אין אַ געוויסן זינען איז עס אמת: ווערן אַ בעל־תּשובֿה, נעמען אויף זיך מיצוות, איז טאַקע נישט גרינג, אָבער אויסלערנען זיך, אַפֿילו דערוואַקסענערהייט, קען מען. אויסלערנען זיך אַ נײַ לשון, בפֿרט איינס, וואָס האָט נישט קיין אייגן לאַנד, וווּ די מעגלעכקייטן זיך אויף אים אויסצולעבן זענען אויף אַ גוטן אופֿן באַגרענעצטע, איז זייער־זייער שווער. פֿונדעסטוועגן, דאַרף מען זיך בײַ אַנדערע מיצוות אָנטאָן אַ כּוח, טאָ פֿאַר וואָס זשע נישט בײַ דער אויך?