וועגן חסידישן רעדן און נישט רעדן ייִדיש

On Hasidic Speech and not Speaking Yiddish


פֿון הערשל גלעזער

Published August 17, 2014, issue of September 12, 2014.

אַז מאַמע־לשון בײַ די חסידים איז שוין פֿון לאַנג אַנדערש ווי בײַ די נישט־חסידישע פֿרומע ייִדן, ווער רעדט נאָך בײַ וועלטלעכע, איז נישט קיין אומבאַקאַנטע זאַך. אויף דעם האָט אָנגעוויזן ד”ר מאַקס ווײַנרײַך: אַ שטייגער, בשעת בײַ סתּם ייִדן איז אַ גבאי אַ טוער אין, און אַ געלטשטיצער פֿון, אַ שיל, איז ער בײַ די חסידים דער שני לרבין; בײַ סתּם ייִדן איז אַ טיש אַ שטיק מעבל, בשעת בײַ חסידים איז ער אַ טייל פֿון „פּראַווען טיש“, וווּ די חסידים עסן דעם רבינס שיריים און הערן ווי ער זאָגט תּורה, און נאָך און נאָך.

חוץ דעם, מוז מען צוגעבן, אַז בײַם הײַנטיקן טאָג, ווען ס’רובֿ חסידים, לכל־הפּחות אין אַמעריקע, זענען אָפּשטאַמיקע פֿון דער דרומדיקער זײַט קאַרפּאַטן, איז דאָס חסידישע לשון באַזירט אויפֿן „אונטערלענדישן“ דיאַלעקט, דאָס הייסט, אויפֿן לשון פֿונעם אַמאָליקן מיזרח־אונגערן, וואָס דאָס נעמט אַרײַן ס’הײַנטיקע מיזרח־אונגערן, מיזרח־סלאָוואַקײַ, צפֿון־מערבֿ־רומעניע און סאַמע מערבֿ־אוקראַיִנע (יוצאים־מן־הכּלל זענען, למשל, די באָבעווער, וואָס רעדן פּויליש ייִדיש, און ליובאַוויטשער, וואָס רעדן ליטוויש ייִדיש). אָבער אַז ס’ייִדישע לשון איז אַן אינטעגראַלער טייל פֿון חסידות וועט, דאַכט זיך, קיינער נישט לייקענען.

אין שײַכות דערמיט ווילט זיך מיר אָנווײַזן דערויף, וואָס איך פֿאַרשטיי פֿונעם חסידישן צוגאַנג צו לשון.

נאָך מיט צענדליקער יאָרן צוריק האָט ד”ר שלמה בירנבוים, אַ פֿרומער ייִד, אַ פֿילאָלאָג און אַ טוער אין די בית־יעקבֿ־שולן, וואָס ער האָט צוגעגרייט פֿאַר די דאָזיקע שולן זײַן „אָרטאָדאָקסישן אויסלייג“, זיך באַקלאָגט, אַז בײַ די פֿרומע ייִדן איז דער צוגאַנג „עט… לשון… נאַרישקייטן“, אָדער, מיט דער פּשוט־פֿאָלקישער פֿאָרמולירונג: „ריידעלע יאַק ריידעלע, אַבי דאָברע מיינעלע‟ [‘מיין, כּוונה’], דאָס הייסט, ווי אַזוי מע רעדט איז אַלץ איינס, אַבי עס טויגן די געדאַנקען, וואָס מע ברענגט אַרויס.

אָט הערן די ייִדישיסטן פֿיל מאָל פֿון די חסידים, אַז מע מוז דינען דעם רבונו־של־עולם, און אַ טייל דערפֿון איז טאַקע רעדן ייִדיש, אָבער דורך אָפּגעבן זיך מיט ייִדיש איז מען מבֿטל ייִדישקייט. טאַקע דערפֿאַר האַלטן די חסידים נישט פֿון קיין אייטהייטלעכן אויסלייג, פֿון קיין ריינעם וואָקאַבולאַר אָן איבעריקע אַנגליציזמען, דײַטשמעריזמען אד”גל; פֿון קיין סטאַנדאַרטיזירטער גראַמאַטיק, בכלל נישט פֿון לערנען קיין קאָרעקט לשון. אַבי פֿרומע ייִדן רעדן און שרײַבן ייִדיש, איז אַלץ איינס, ווי אַזוי זיי רעדן און שרײַבן. אָט דעם צוגאַנג האָט ד”ר בירנבוים זײַן גאַנץ לעבן באַקעמפֿט, און מיט בית־יעקבֿ אין פֿאַרמלחמהדיקן פּוילן האָט ער געהאַט הצלחה, אָבער פֿון דעם איז קיין שפּור נישט געבליבן.