ייִדיש און פּאָליטיק אין עסטרײַכישער גאַליציע

Yiddish and Politics in Austrian Galicia


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published August 17, 2014, issue of September 12, 2014.

די עסטרײַכישע פּראָװינץ גאַליציע, װוּ פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה האָבן געװױנט העכער אַכט הונדערט טױזנט ייִדן, שטײט אַ ביסל אױפֿן ראַנד פֿונעם הױפּטשטראָם פֿון דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע. הגם כּמעט אַלע גאַליציאַנער ייִדן האָבן גערעדט ייִדיש, איז דאָרט די ייִדישע קולטור ניט געװען אַזױ אַנטװיקלט װי אין רוסלאַנד. די ייִדישע פּאָליטישע באַװעגונגען פֿון פֿאַרשידענע שאַטירונגען, פֿון ציוניזם צו סאָציאַליזם, האָבן געהאַט אַ היפּשע צאָל אָנהענגער אין גאַליציע, אָבער די פֿירנדיקע ראָלעס אױף דער װעלט־בינע האָבן טאַקע געשפּילט די רוסישע און דײַטשישע ייִדן. די סיבה דערפֿון איז געװען די רעלאַטיװע פּאָליטישע פֿרײַהײט אין דער האַבסבורג־אימפּעריע.

צום סוף 19טן יאָרהונדערט האָבן די ייִדן אין גאַליציע, להיפּוך צו רוסלאַנד, געהאַט פֿולע בירגערלעכע און פּאָליטישע רעכט און געװען געטרײַע אונטערטאַנערס פֿון „קירה‟ (קיסר ירום הודו) פֿראַנץ יאָזעף. די ייִדישע פּאָליטישע אַקטיװיטעט איז געװען פּראַקטיש און ניט ראַדיקאַל־אוטאָפּיש װי אין רוסלאַנד. די רעגירונג האָט זײ ניט באַגרענעצט אין װױנרעכט און אין פּראָפֿעסיאָנעלער טעטיקײט, און על־אַחת־כּמה־וכמה ניט געשטערט זײער אַסימילאַציע. ייִדן האָבן געקאָנט זיך האַלטן פֿאַר פּאָליאַקן אָדער פֿאַר דײַטשן פֿונעם „מאָזאַיִשן גלױבן‟.

אָבער אין אײן הינזיכט זײַנען די ייִדן געװען ניט גלײַך מיט זײערע פֿעלקער פֿון דער אימפּעריע. די עסטרײַכישע מאַכט האָט זײ ניט אָנערקענט װי אַ באַזונדערע „נאַציאָנאַליטעט‟, און ניט דערלױבט צו דערקלערן ייִדיש װי אַ מינאָריטעט־שפּראַך. אײנצײַטיק האָט די מלוכה דורכגעפֿירט דעמאָקראַטישע רעפֿאָרמעס, װאָס האָבן אַקטיװיזירט ברײטערע מאַסן פֿון דער באַפֿעלקערונג. די „נאַציאָנאַלע פֿראַגע‟ איז געװאָרן אַ װיכטיקער פּאָליטישער ענין, װאָס האָט פֿאַרשאַרפֿט די סתּירות צװישן פּאָליאַקן און אוקראַיִנער אין גאַליציע; און דאָס האָט געשטופּט אױך די ייִדישע אינטעליגענץ, װאָס האָט לרובֿ גערעדט דײַטש אָדער פּױליש, צו נעמען זיך שאַפֿן אַן אײגענע נאַציאָנאַלע אידעאָלאָגיע.

אַזױ איז געבױרן געװאָרן דער אײגנאַרטיקער גאַליציאַנער נוסח פֿון ציוניזם. דער אָנפֿירער פֿון דער נײַער באַװעגונג איז געװען דער װינער אַדװאָקאַט נתן בירנבױם. סוף 1880ער־1890ער יאָרן האָט ער אין זײַן דײַטשישער צײַטונג „זעלבסט־עמאַנציפּאַציאָן!‟ אַגיטירט פֿאַר דער ייִדישער קאָלאָניזאַזיע פֿון ארץ־ישׂראל און פֿאַרן קאַמף פֿאַר ייִדישע נאַציאָנאַלע רעכט אין עסטרײַך. אינטערעסאַנט איז, אַז דעמאָלט האָט בירנבױם אַפֿילו קריטיקירט די יונגע גאַליציאַנער ציוניסטן פֿאַר דעם, װאָס זײ זײַנען געװען צו טיף פֿאַרטאָן אין די אָרטיקע עסקים און ווייניק געטראַכט װעגן ארץ־ישׂראל. ערשט נאָך דעם, װי טעאָדאָר הערצל האָט איבערגעכאַפּט די לײצעס אין דער ציוניסטישער באַװעגונט, איז בירנבױם געװאָרן אַ הײסער חסיד פֿון גלות־נאַציאָנאַליזם און ייִדישיזם.