(די 3 טע זײַט פֿון 3)
צוליב דעם גרויסן דרך־ארץ פֿאַרן סאַטמאַרער רבי, האָבן אַנדערע גרופּעס, וואָס האָבן קיינמאָל ניט געהאַלטן פֿון אַזאַ אויספֿיר, אָנגעהויבן אויך פֿאָלגן אַזאַ כּלל אין וויליאַמסבורג. אויף אַן ענלעכן אופֿן זענען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן די מגן־דודס פֿון דער געגנט. פֿרידע האָט אונדז געבעטן צו זוכן כאָטש איין מדן־דוד אויף אַ בנין צי אַ שילד. מיר האָבן עס אין ערגעץ ניט געקענט געפֿינען. די סיבֿה דערפֿון איז, וואָס צוליב דער אַנטי־ציוניסטישער שטעלונג פֿונעם סאַטמאַערער רבי, האָט ער ניט געוואָלט, מע זאָל זיך באַנוצן מיטן ברייט־פֿאַרשפּרייטן סימבאָל פֿון ישׂראל.
פֿרידע האָט אונדז אויך געוויזן פֿאַרשידענע געשעפֿטן, וואָס שפּיגלען אָפּ דעם חסידישן לעבנס־שטייגער. מע האָט געזען אַ קראָם פֿאַר כּלות, וואָס פֿאַרקויפֿט פֿאַרשידענע סחורה, וואָס אַ נײַ־חתונה־געהאַטע פֿרוי וואָלט געדאַרפֿט האָבן, ווי טעלערס, זילבערוואַרג און קאָך־מאַשינען. אין די גרויסע וויטרינעס (דרך־אַגבֿ, אינעם חסידישן ייִדיש - אַ „שויפֿענצטער‟) האָבן מיר געזען בגדים, צוגעפּאַסט צו אַלע סטאַדיעס פֿונעם לעבן. מיר האָבן אויך גערעדט וועגן די פֿאַרשידענע מינים טיכלעך, שייטלען און אַנדערע קאָפּ־באַדעקונגען, וואָס חסידישע פֿרויען טראָגן, און זייער באַטײַט.
פֿרידע האָט דערקלערט, ווי אַזוי די חסידישע קהילה פּאַסט צו די מאָדערנע טעכנאָלאָגיע צו איר לעבנס־שטייגער, און ווי אַזוי זי באַנוצט זיך מיט דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע, כּדי דורכצופֿירן און אײַנצוהאַלטן חסידישע ווערטן. ווי אַ משל האָט זי געוויזן אַ רעקלאַמע פֿאַר אַ געשעפֿט, וואָס אינסטאַלירט אינטערנעץ־פֿילטערס. מע האָט אויך געזען טשיקאַווע פּראָדוקטן, וואָס ווײַזן אָן דעם צוזאַמענשמעלץ פֿון דער ייִדישער טראַדיציע מיט דער מאָדערנער אַמעריקאַנער קאָנסומענט־קולטור. איין בײַשפּיל פֿון אַזאַ סאָרט איז געווען אַן אויטאָמאַט, וואָס פֿאַרקויפֿט וואַסער מיטן נאָמען „מים־חיים‟.
אויף דער פֿראַגע, ווי אַזוי די וויליאַמסבורגער חסידים האָבן רעאַגירט אויף אירע טורן, האָט פֿרידע געזאָגט, אַז דער אָפּרוף איז געווען צום מערסטנס פּאָזיטיוו. אין קעגנזאַץ צו די טור־גרופּעס, וואָס ברענגען מענטשן אין דער געגנט אין געפּאַקטע אויטאָבוסן שבת און דערלאָזן, אַז די אומדערוואַרטע טוריסטן זאָלן מאַכן אַ סך רעש און פֿאָטאָגראַפֿירן, פֿירט פֿרידע אירע גרופּעס איבער דער געגנט אויף אַ מער דרך־ארצדיקן אופֿן, וואָס שטערט ניט די פֿאַרבײַגייער און מאַכט זיי ניט פֿילן זיך ווי אויסטערלישע אַטראַקציעס.
דאָס, וואָס זי ווייסט גוט די פֿאַרשידענע ווערטן און איסורים פֿונעם ציבור, העלפֿט, אַז זי און אירע געסט זאָלן אויסמײַדן פֿאַרשידענע אומבאַקוועמלעקייטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.