אַ היסטאָרישער לאָך אין קאָפּ

A Historical Gap in Their Memory


פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published August 29, 2014, issue of September 26, 2014.

דער אײדעלער דײַטשישער אינטעלעקטואַל קאַרל־װילהעלם שלעגעל האָט מיט צװײ הונדערט יאָר צוריק באַמערקט, אַז „אַ היסטאָריקער איז דער נבֿיא פֿון דער פֿאַרגאַנגענהײט‟. די מאָדערנע אינטעלעקטואַלן חכמהן זיך, און דװקא אין אַ שאלות־תּשובֿות־נוסח: „פֿאַר װאָס לױפֿן די װײַזערס פֿונעם זײגער נאָר פֿאָרױס? װײַל אין דער פֿאַרגאַנגענהײט איז ניטאָ װאָס צו זוכן‟. אפֿשר איז דאָס טאַקע אַ רײנער אמת, װײַל צו זוכן אַ טאָלק אין דער פֿאַרגאַנגענהײט, כּדי צו פֿאַרמעסטן זיך מיט דער קעגנװאַרט און דער צוקונפֿט איז אַן אומזיסטיקע טירחה. אַחוץ פֿון װערן אַ „חומר‟ פֿאַר די אומגעריכטע חלומות, איז זי, די פֿאַרגאַנגענהײט, ניט פֿעיִק אױף קײן שום פּראַקטישער זאַך. און אױב צו זײַן שױן גאָר פּראַקטיש, איז די פֿאַרגאַנגענהײט אַן איבערגעלאָדענער סקלאַד פֿון די יאָרצײַטן און „קדישן‟.

לױט מײַן מײנונג, איז די אײנציקע נוצלעכע מעלה, װאָס דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט באַקומען פֿון דער פֿאַרגאַנגענהײט, דער קאָלעקטיװער מסורתדיקער היסטאָרישער זכּרון. דאָס אָפּמערקן דעם תּישעה־באָבֿ, איז פּונקט אַזױ װיכטיק װי צו פּראַווען דעם פֿרײלעכן פּסחדיקן סדר; און דאָס װײנענדיקע „איכה‟ האָט פֿאַראײניקט דאָס ייִדישע פֿאָלק און געשטאַרקט זײַן היסטאָרישן זכּרון ניט װײניקער, װי די פּסחדיקע „הגדה‟, װײַל די פֿרײד פֿאַראײניקט די מענטשן אױף אַ קורצער צײַט; דער טרױער, אָבער, פֿאַראײניקט אױף אײביק.

איך רעד שױן ניט װעגן דעם מאָראַלישן אַספּעקט, װען די ייִדן האָבן באַשולדיקט אין זײערע צרות ניט עמעצן אַ פֿרעמדן, נאָר זיך אַלײן. דאָס שלאָגן זיך על־חטא האָט אױסגעשלאָסן די נײטיקײט זיך נוקם צו זײַן אין די בבֿלער, און שפּעטער — אין די רױמער, נאָר פֿאַרקערט — דער קאָלעקטיװער נאַציאָנאַלער טרױער האָט געגעבן דער װעלט צו פֿאַרשטײן, אַז די שׂינאת־חינם, די אומזיסטע שׂינאה איז דער וועג גלײַך צום חורבן.

אַ סך יאָרן האָב איך געהאַלטן אין אײן זוכן אַ װעלכע ניט איז קלאָרע סיבה פֿונעם לעצטן ייִדישן חורבן און פֿון דער באַזונדערער ראָלע, װעלכע ס׳האָט געשפּילט דאָס דײַטשישע פֿאָלק אין אונדזער שרעקלעכער טראַגעדיע. יעדעס יאָר בין איך געפֿאָרן אַרבעטן קײן דײַטשלאַנד, אױסגעפֿאָרן דאָס לאַנד אין דער לענג און אין דער ברײט, כ’האָב זיך באַקענט און געחבֿרט מיט טױזנטער דײַטשן פֿון פֿאַרשײדענע סאָציאַלע שיכטן — פֿונעם סאַקסאָנישן פּרעזידענט, װעלכער איז געװאָרן דער „שירעם־הער‟ פֿון אַ פּאָר מײַנע ביכער, ביז די לעצטע שיכּורים, מיט װעלכע כ’האָב געזשליאָקעט ביר אין די שמוציקע באַן־קרעטשמעס.

באַרויִקן האָב איך זיך ניט באַרויִקט, נאָר עס דאַכט זיך, אַז כ’האָב יאָ אָנגעטאַפּט אײנע פֿון די װיכטיקסטע סיבות, װעלכע האָט גורם געװען דאָס דײַטשישע פֿאָלק צו מאַכן חרובֿ די גאַנצע אײראָפּע און אומברענגען אַ דריטל פֿון ייִדישן פֿאָלק. און די סיבה דערױף, לױט מײַן מײנונג, איז געװען די קאָלעקטיװע היסטאָרישע אַמנעזיע פֿונעם דײַטשישן פֿאָלק. די דײַטשן האָבן פּשוט פֿאַרגעסן, אָדער געװאָלט פֿאַרגעסן, אַז אױך זײ האָבן דורכגעלעבט אַ שרעקלעכע קאַטאַסטראָפֿע. איך מײן, די רעזולטאַטן פֿונעם דרײַסיק־יאָריקן קריג, 1618־1648, װעלכער האָט גורם געװען אַ שרעקלעכע קאַטאַסטראָפֿע פֿון דער גערמאַנישער אימפּעריע.