וועגן דעם באַקאַנטן שפּראַכפֿאָרשער ד”ר שלמה בירנבוים איז דאָ שוין נישט איין מאָל געקומען צו רייד, אָבער איצט ווילט זיך אים געבן אַ רעכטע עליה אין שײַכות מיטן דאַוונען. אַזוי ווי ד”ר בירנבוים איז געווען אַ פֿרומער ייִד, האָט ער אַזאַ עליה כּשר פֿאַרדינט.
קודם־כּל, איז כּדאַי איבערצוגעבן אַ צאָל פּרטים וועגן ד”ר בירנבוימס לעבן. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1891 אין ווין; זײַן טאַטע איז געווען ד”ר נתן (אין דער אמתן: נחום) בירנבוים — צו ערשט, דער אידעאָלאָג פֿונעם ציוניזם, דערנאָך פֿונעם ייִדישיזם, און צום סוף, פֿון אַגודת־ישׂראל. אין דער היים האָט מען גערעדט דײַטש; שלמה בירנבוים האָט זיך אויסגעלערנט מאַמע־לשון אין טשערנעוויץ, וווּ זײַן טאַטע איז געווען דער אָרגאַניזירער פֿון דער שפּראַך־קאָנפֿערענץ פֿאַר ייִדיש אין 1908; שפּעטער האָט ער צוזאַמענגעאַרבעט מיט „בית־יעקבֿ‟ אין פּוילן, וווּ ער איז אַריבער אויפֿן פּוילישן ייִדיש.
נאָך איידער ער האָט שטודירט אויפֿן דאָקטאָראַט, איז ער געווען אַ זעלנער אין דער ערשטער וועלט־מלחמה; צוליב אַ וווּנד איז ער אַ צײַט אָפּגעלעגן אין שפּיטאָל, וווּ ער האָט אויסגעניצט די צײַט אָנצושרײַבן זײַן Praktische Grammatik der jiddischen Sprache. נאָכן באַקומען דעם דאָקטאָראַט פֿונעם אוניווערסיטעט אין ווערצבערג (ווירצבורג), דײַטשלאַנד, איז ער אינעם האַמבורגער אוניווערסיטעט געוואָרן דער ערשטער פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש אויף דער וועלט. אין 1933 איז בירנבוים מיט דער משפּחה אַנטלאָפֿן קיין ענגלאַנד, וווּ ער איז געוואָרן אַ פּראָפֿעסאָר פֿון לשון־קודשדיקער פּאַלעאָגראַפֿיע (די שטודיע פֿון דער געשיכטע פֿון האַנטשריפֿט) אינעם לאָנדאָנער אוניווערסיטעט. שפּעטער האָט ער זיך באַזעצט אין טאָראָנטע, וווּ ס’איז אַרויס זײַן Yiddish: A Survey and a Grammar (אַ נײַע אויפֿלאַגע דערפֿון דאַרף אַרויס אין דער נאָענטער צוקונפֿט). ער איז געשטאָרבן אין 1989, צו 98 יאָר.
איצט — אַ צרה מיט מאַמע־לשון: ס’רובֿ ייִדיש־רעדער קענען איינע אָדער עטלעכע פֿון די שפּראַכן, וואָס פֿון זיי האָט ייִדיש געשעפּט דעם וואָקאַבולאַר. האַלט זיך יעדער ייִד פֿאַר אַ שטיקל שפּראַך־וויסנשאַפֿטלער, פֿאַר אַן עטימאָלאָג, פֿאַר אַ קענער פֿון דער היסטאָרישער שפּראַך־אַנטוויקלונג. רעדער פֿון ענגליש און אַנדערע גרויסע לשונות, ווידער (אָפֿט מאָל די זעלביקע ייִדן!), קענען נישט די לשונות, וואָס ענגליש אאַז”וו האָבן געשעפּט דערפֿון; חוץ דעם, פֿאַלט זיי אַפֿילו נישט אײַן, אַז אַ גרויס לשון, ווי ענגליש, דאַרף אָפּגעבן דין־וחשבון פֿאַר האָבן אַנטליגן ווערטער פֿון דער פֿרעמד.
בײַ אוריאל ווײַנרײַכן, אין זײַן לערן־ביכל College Yiddish, טרעפֿט מען דעם קלאַסישן זאַץ „‘רבותי, מיר וועלן בענטשן’, זאָגט דער זיידע“. דורך דעם ווײַזט ער אָן אויף די פֿיר היסטאָרישע קאָמפּאָנענטן פֿון מאַמע־לשון: לשון־קודש („רבותי“), דײַטש („מיר, וועלן, זאָגט, דער“), ראָמאַניש („בענטשן“), סלאַוויש („זיידע“). וואָלט וועמען אײַנגעפֿאַלן צו צעגלידערן דעם זעלביקן זאַץ אויף ענגליש? דהײַנו:
„‘Gentlemen, we shall say the blessing,’ Grandfather says.‟
לאָזט זיך אויס, אַז די ענגלישע ווערטער we, shall, say, says, the נעמען זיך אַלע פֿון אַנגלאָ־סאַקסיש; אַזוי אויך men און father, אָבער gentle און grand נעמען זיך פֿון פֿראַנצייזיש, און די קאָמבינאַציעס gentlemen און grandfather זענען אַ פּועל־יוצא פֿון דער פֿראַנצייזישער השפּעה. נאָר וועמען גייט עס אָן?
אַקעגן וואָס איז דאָס אַלץ געקומען צו רייד? אַקעגן דעם וואָרט „דאַוונען“ (אָדער: „דאַווענען“). פֿון דעם וואָרט איז דער אָפּשטאַם נישט באַוווּסט. דערפֿאַר אָבער זענען דאָ אָן אַ שיעור השערות. און ווײַל צוליב קלאָרע סיבות האָט דאָס וואָרט אַרויסגערופֿן אינטערעס בײַ רבנים, זענען דערפֿון דאָ רבנישע עטימאָלאָגיעס, נאָר, צום באַדויערן, טויגן זיי נישט. און זיי טויגן נישט אויף אַזוי ווײַט, אַז ווען ד”ר בירנבוים האָט זיך מטריח געווען אָנצושרײַבן אַן אַרבעט, האָט ער טאַקע אָפּגעוואָרפֿן אַלע פֿאָרגעלייגטע עטימאָלאָגיעס, נאָר קיין אייגענע רוקט ער נישט אַרויס, וואָרן קיין בעסערס זעט זיך נישט. (אַגבֿ איז אַרויס די אַרבעט אין 1985, ווען בירנבוים איז שוין געווען 94 יאָר אַלט!) איז לאָמיר לייענען אַ בלאַט בירנבוים:
קודם־כּל, רעכנט ער אויס אַלע פֿאָרגעלייגטע עטימאָלאָגיעס פֿונעם וואָרט „דאַוונען‟:
פֿון „דף“ ‘בלאַט’, ווײַל בײַם דאַוונען מוז מען מישן די בלעטלעך פֿונעם סידור.
פֿונעם אַרמישן „דאַבֿונן“ ‘פֿון אונדזערע אָבֿות’, ווײַל דעם נוסח דאַוונען האָבן פֿאַרפֿיקסירט אונדזערע אָבֿות אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ.
פֿון ענגלישן dawn, אַ פּנים, ווײַל שחרית דאַוונט מען אין דער פֿרי.
פֿון לאַטײַנישן devovēre ‘אָפּגעבן, איבערגעבן’ (פֿ”גל ס’ענגלישע devote), ווײַל בײַם דאַוונען גיט מען זיך איבער דעם רבונו־של־עולם.
פֿון פֿראַנצייזישן divin ‘געטלעך’, ווײַל אויף פֿראַנצייזיש איז office divin טײַטש ‘דינען גאָט, מתפּלל זײַן’.
פֿון אַראַבישן dīwān ‘געקליבענע לידער’, אפֿשר ווײַל אינעם סידור זענען דאָ אַ סך לידער — פּיוטים.
פֿון ליטווישן dovana ‘מתּנה’, מחמת דער תּחילתדיקער טײַטש פֿון „מינחה“ איז ‘מתּנה’.
פֿון אַראַבישן daʕwa, פֿונעם שורש טײַטש ‘רופֿן’, ווײַל בײַם דאַוונען רופֿט מען דעם רבונו־של־עולם; איין טײַטש פֿונעם וואָרט אַליין איז ‘תּפֿילה’. דאָס וואָרט האָט גיכער געקענט אַרײַנקומען אין מאַמע־לשון דורך טערקיש.
„דוינען“, אַ פֿאָרעם פֿון „דאַוונען“ בײַ טייל רײַסישע ייִדן, און „דוינן“ ‘זינגען’, פֿונעם מיטל־הויכדײַטשן dœnen.
וועגן די ערשטע זיבן שרײַבט בירנבוים, אַז „די ביז־איצטיקע עטימאָלאָגיעס זענען אַזוי טשודנע און נישט צו באַגרינדן, אַז וועגן זיי וועל איך מער נישט פּטרן קיין צײַט“. מילא, די ערשטע צוויי זענען רבנישע; די ווײַטערדיקע פֿיר זענען פּשוט־פֿאָלקישע, הדיוטישע. נאָר די זיבעטע איז גאָר די השערה פֿון יודאַ אַ. יאָפֿע, אויך אַ באַקאַנטער שפּראַכפֿאָרשער און אַ רעדאַקטאָר פֿונעם „גרויסן ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך“, נאָר צווישן אונדז גערעדט — אַ טשודאַק.
בלויז די לעצטע צוויי, האַלט בירנבוים, האָבן פֿאַרדינט, מע זאָל זיי אָפּגעבן טינט און כּוח. די השערה daʕwa קומט אַרויס פֿון פּראָפֿ’ פּאָול וועקסלער (וואָס ער ווערט נישט דערמאָנט בײַם נאָמען). בירנבוים שרײַבט, אַז נאָר אין ארץ־ישׂראל איז קיין מאָל נישט געווען קיין קאָנטאַקט צווישן ייִדיש און אַראַביש; די אַנדערע לשונות וואָס האָבן געקענט פֿאַרמיטלען ס’וואָרט, האָבן אויך נישט געהאַט קיין דירעקטן קאָנטאַקט מיט מאַמע־לשון. מע מוז צוגעבן: וועקסלער האַלט, אַז ייִדיש איז אויפֿגעקומען נישט ווען ייִדן זענען אַריבער פֿון פֿראַנקרײַך און איטאַליע קיין מערבֿ־דײַטשלאַנד, חוץ פֿון די באַלקאַנען אויף דער מערבֿ־סלאַווישער טעריטאָריע (ס’הײַנטיקע מערבֿ־פּוילן און מיזרח־דײַטשלאַנד); דערמיט איז בירנבוים נישט מסכּים. מע זאָל אַפֿילו יאָ אָננעמען וועקסלערס באַלקאַנישע השערה, אַז די אַשכּנזישע ייִדן האָבן זיך געטראָפֿן מיט די טערקן, פֿאַרשטייט בירנבוים סײַ ווי נישט, ווי אַזוי בלויז איין וואָרט, און אַזאַ וויכטיקס, האָט געקענט אַרײַן אין ייִדיש פֿון טערקיש.
די סאַמע לעצטע עטימאָלאָגיע שטאַמט פֿון אַן אַנדער חשובֿן פֿילאָלאָג, ד”ר מרדכי קאָסאָווער. ער פֿאַרבינדט ס’הײַנטיקע וואָרט „דוינען“ [אומעטיק געזאַנג], מיטן אַלטן וואָרט „דוינן“ [סינאָנים פֿון „דאַוונען” בײַ טייל ליטווישע ייִדן], וואָס ער האָט געפֿונען אינעם ייִדישן מנהגים־כּתבֿ־יד, וואָס מע רעכנט, אַז ס’איז געשריבן געוואָרן אין אָנהייב 15טן י”ה אין צפֿון־איטאַליע. אין דעם כּתבֿ־יד „דוינט“ בלויז דער חזן, נישט אַלע ייִדן אין שול. בירנבוים גלייבט נישט, אַז „דוינן“ האָט זיך געקענט אַריבערטראָגן אויך אויפֿן סתּם דאַוונען פֿונעם קהל, וואָס איז שטיל און אָן אַ ניגון. חוץ דעם, ווײַזט ער אָן, אַז אינעם 15טן י”ה וואָלט מען „דוינן“ נישט אַרויסגערעדט /דאָינענ/, נאָר /דעינענ/, און אַז דערפֿון האָט נישט געקענט אַרויסוואַקסן ס’הײַנטיקע „דאַוונען“. און ער פֿאַרענדיקט מיט די ווערטער „דער אָפּשטאַם פֿונעם וואָרט ‘דאַוונען’ איז ווײַטער נישט באַוווּסט“.
איצט האָט איר, ליבע לייענערס, דאָס וואָרט: אויב איר ווייסט פֿון טשיקאַווע רבנישע עטימאָלאָגיעס, שיקט זשע זיי אַרײַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.