(די 2 טע זײַט פֿון 2)
פּעטראָװסקי–שטערן ברענגט אַ היפּשע צאָל בײַשפּילן פֿון בשותּפֿותדיקע געשעפֿטן, װאָס ייִדן האָבן געפֿירט מיט די קריסטן. ניט תּמיד זײַנען די דאָזיקע געשעפֿטן געװען לעגאַל. די ייִדישע שמוגלערס אין אײנעם מיט דער רוסישער גרענעצװאַך האָּבן אַריבערגעבראַכט פֿון עסטרײַך כּלערלײ סחורה, ניט צאָלנדיק קײן שטײַער; און אַנדערע ייִדן האָבן געשריבן אױף זײ מסירות צו דער רוסישער רעגירונג קײן פּעטערבורג. די רעגירונג האָט געשיקט רעװיזאָרן, װאָס האָבן װײַטער געהעכערט די פּרײַזן פֿון דער געשמוגלטער סחורה, װײַל מען האָט געדאַרפֿט צאָלן מער כאַבאַר.
די עקאָנאָמישע ירידה פֿונעם שטעטל װערט בולט אין דער צװײטער העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. די ביוראָקראַטישע מלוכה װיל האָבן מער קאָנטראָל איבערן האַנדל און האַלט די ייִדן און פּױלישע פּריצים פֿאַר שׂונאים פֿון רוסלאַנד. אַזוי, למשל, האָט די רעגירונג בכּיװן דערדריקט דעם גרױסן יריד אין בערדיטשעװ, װײַל זי האָט געהאַלטן, אַז די דאָזיקע שטאָט איז אַ צענטער פֿון ייִדישע רעליגיעזע „פֿאַנאַטיקער‟.
אַן אַנדער צװײַג פֿון ייִדישער עקאָנאָמיע איז געװען דאָס טרײַבן און פֿאַרקױפֿן בראָנפֿן, און האַלטן קרעטשמעס. דאָס איז געװען דער יסוד ניט נאָר פֿון דער ייִדישער, אָבער אױך פֿון דער רוסישער עקאָנאָמיע. אין קיִעװער גובערניע, שרײַבט פּעטראָװסקי–שטערן, האָט די מלוכה באַקומען כּמעט 50 פּראָצענט פֿון אַלע שטײַערן פֿונעם פֿאַרקױפֿן בראָנפֿן. פֿון אײן זײַט, האָט די מאַכט באַשולדיקט ייִדן אין פֿאַרשיכּורן די רוסישע באַפֿעלקערונג, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט זי זיך שטאַרק גענײטיקט אין דער דאָזיקער הכנסה.
דאָס שטעטל איז געװען אַ ייִשובֿ צװישן דאָרף און שטאָט. די ייִדישע תּושבֿים זײַנען געװען פֿיזיש שטאַרק װי פּױערים, און געניט װי שטאָטישע בירגער. זײ זײַנען געװען װײַט פֿון דער סטערעאָטיפּישער געשטאַלט פֿון אַ שװאַכן בעל־חלומות, פֿאַרטאָן אינעם לערנען, װי מענדעלעס בנימין השלישי. דאָס רובֿ בעל־מלאכות זײַנען געװען גראָבע־יונגען, װאָס האָבן ליב געהאַט אַ גוטן געשלעג. אָבער די עקאָנאָמישע ירידה האָט אַרױסגעטריבן דעם דאָזיקן קלאַס אין די גרויסע שטעט, װוּ זײ זײַנען מגולגל געװאָרן אין ייִדישן פּראָלעטאַריאַט.
רוחניות איז אין שטעטל געװען פּונקט אַזױ בולט װי גשמיות. די שטעטלעך האָבן פֿאַרמאָגט דרוקערײַען, װוּ מען האָט געדרוקט פֿאַרשידענע מינים ספֿרים. אַ היפּשע צאָל ספֿרים האָט מען אױך אַרײַנגעשמוגלט פֿון עסטרײַך. חסידות האָט געבליט אין אוקראַיִנע, און די רוסישע רעגירונג האָט געדאַרפֿט נעמען אין באַטראַכט די השפּעה פֿון די צדיקים. אָבער דאָס אַלץ האָט ניט געקאָנט אָפּשטעלן די ירידה פֿונעם שטעטל. די הױפּט–סיבה דערפֿון איז געװען די אַלגעמײנע מאָדערניזאַציע, װאָס האָט אונטערגעריסן די עקאָנאָמישע יסודות פֿונעם שטעטל. און דערנאָך איז געקומען דער חורבן. אונדז איז פֿאַרבליבן צו זאַמלען און שטודירן דעם אײגנאַרטיקן שטעטל־פֿענאָמען װי אַ רעאַלן סאָציאַל־עקאָנאָמישן יש, און װי אַ פּראָדוקט פֿונעם ייִדישן כּוח–הדמיון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.