אין די לעצטע וואָכן האָבן מיר געהערט זייער אַ סך רייד וועגן „ווײַסער פּריווילעגיע‟ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַפֿילו די ליבעראַלע סעקטאָרן פֿון דער ווײַסער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט איגנאָרירן די צרות און אַלגעמיינע פּראָבלעמען פֿון דער שוואַרצער געזעלשאַפֿט. דאָך, האַלט איך, אַז דער קאָנצעפּט פֿון פּריווילעגיע העלפֿט נישט און שאַפֿט פֿאַקטיש פּראָבלעמען, ספּעציעל אין מיטל-מיזרח. אייגנטלעך, זײַנען מענטשן אין אַמעריקע און אין דער מערבֿ-וועלט אין אַלגעמיין גרייט צו מאַכן זיך נישט וויסנדיק פֿון די פּײַניקונגען פֿון מינדערהייטן אין מיטל-מיזרח, כּל-זמן זיי האָבן, ווי מע קאָן מיינען, פּריווילעגיע אינעם מערבֿ.
מײַן סקעפּטיציזם וועגן „ווײַסער פּריווילעגיע‟ האָט זיך אָנגעהויבן פֿון מײַן זײַן אַ ייִדישע פֿרוי, וואָס שטודירט דעם ראַיאָן פֿון מיטל־מיזרח. איך האָב פֿון לאַנג באַמערקט, אַז נישט געקוקט אויף דעם, וואָס די ייִדן זײַנען לויט דעם אַמעריקאַנער געזעץ „ווײַס‟, זײַנען מיר אויך היסטאָריש געווען נישט „גענוג ווײַס‟. אויך הײַנט איז דאָס זײַן ווײַס נאָר אַ לוקסוס פֿון די וועלטלעכע, אַסימילירטע ייִדן.
דאָס ערשטע מאָל אין לעבן, וואָס איך האָב דערפֿילט, אַז מען באַציט זיך צו מיר ווי צו אַ „ווײַסער‟, אָנשטאָט אַ „סעמיטישער‟, איז געווען בעת מײַן שטודירן אין אוניווערסיטעט. מ‘האָט עס געטאָן בכּיוון, כּדי אונטערצושטרײַכן דעם „פֿאַקט‟, אַז איך בין ראַסיסטיש און קאָלאָניאַליסטיש, ווײַל כ‘בין אַ ציוניסטקע. אַזוי איז געשטאַנען געשריבן אינעם וויכטיקן בוך „אָריענטאַליזם‟ פֿון עדוואַרד סאַיִד: „מען מוז באַטראַכטן די געדאַנקען פֿון די גרויסע העלדן פֿון דער מיטל-מיזרחדיקער אַקאַדעמיע נישט לויט זייער קוואַליטעט, נאָר לויט דער ראַסע פֿונעם אַקאַדעמיקער‟.
אויב עס וואָלט געווען נאָר אַן ענין פֿון אַקאַדעמיע אָדער פֿון ייִדן, וואָלטן מיר געקענט זיך טרייסטן מיט דעם געדאַנק, אַז דאָס איז סתּם אַ משוגעת פֿון דעם „העלפֿאַנדביין־טורעם‟, אָדער נאָר אַנטיסעמיטיזם; אָבער דער אמת איז, אַז דער קאָנצעפּט פֿון פּריווילעגיע לאָזט די אַמעריקאַנער אָנצורעדן אויף די לײַדן פֿון אַלע מינדערהייטן אינעם ראַיאָן, און נישט נאָר ייִדן.
צום בײַשפּיל, מע קאָן הערן זייער אָפֿט, אַז די דעפֿיניציע פֿון אַן אַראַבער מיינט אַ מענטש, וואָס רעדט אַראַביש ווי זײַן מאַמע-לשון. אַזאַ דעפֿיניציע מײַדט אויס די עקזיסטענץ פֿון די קאָפּטישע קריסטן אין עגיפּטן, און די אַראַמישע קריסטן אין איראַק און סיריע; ביידע אידענטיפֿיצירן זיך נישט ווי אַראַבער און רעדן אַראַביש נאָר צוליב דער אַראַבישער מוסולמענישער באַדריקונג. די הײַנטיקע אַראַביסטן טראַכטן נישט וועגן די רעליגיעזע און קולטורעלע מינדערהייטן אין די „אַראַבישע‟ מדינות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.