(די 2 טע זײַט פֿון 2)
עס איז נישט קיין חידוש, וואָס די קריסטן — סײַ אַראַבער און סײַ נישט די אַראַבער — אַנטלויפֿן פֿון גאַנץ מיטל-מיזרח, און זייער צאָל וואַקסט נאָר אין מדינת-ישׂראל. ס‘איז דאָך אַ פֿאַקט, אַז דער גורל פֿון דער יעזידישער קהילה אין איראַק האָט ערשט לעצטנס דערוועקט אַ זאָרג אין דער מערבֿ-וועלט; אין דער זעלבער צײַט, זײַנען אין די לעצטע 10 יאָר איבער אַ מיליאָן איראַקישע קריסטן געוואָרן פּליטים, און בלײַבן ביז הײַנט צו טאָג קרבנות פֿון איסלאַמישע עקסטרעמיסטן.
די גרויסע איראָניע איז, וואָס צוליב דער דיסקרימינאַציע פֿון די מוסולמענער און אַראַבער אין דער מערבֿ-וועלט, זײַנען צווישן זיי דאָ אַ סך אַקטיוויסטן, וואָס זענען גרייט צו פֿאַרזען די זעלבע דיסקרימינאַציע קעגן אַנדערע מינאָריטעטן, אָבער שוין אין מיטל-מיזרח! איך וווּנדער זיך שטענדיק צו זען יונגע שוואַרצע־לײַט, וועלכע טראָגן אַ קופֿיע און פּראָטעסטירן קעגן ישׂראל. זיי ווייסן, אַ פּנים, נישט, אַז די אַפֿריקאַנער זײַנען געווען שקלאַפֿן אין מיטל-מיזרחדיקע לענדער ביז די 1960ער יאָרן, מיט הונדערט יאָר מער ווי אין אַמעריקע? אַפֿילו הײַנט זעט מען אַן אונטערשייד צווישן די „ווײַסע בעדויִנער‟ און „שוואַרצע בעדויִנער‟; און קיין שום בעדויִנישער מאַן וועט נישט חתונה האָבן מיט אַ פֿרוי, וואָס איר הויט איז טונקעלער פֿון זײַן הויט.
מען זעט אויך דעם זעלבן פֿענאָמען בײַ די סעקסועלע מינדערהייטן. עס עקזיסטירן רײַזעס פֿון אייראָפּע פֿאַר האָמאָסעקסואַליסטן צו באַזוכן ישׂראל און די שטחים, כּדי צו שטיצן די פּאַלעסטינער; און תּמיד וואָרנט מען די דאָזיקע טוריסטן, זיי זאָלן באַהאַלטן זייערער סעקסועלע נטיה, געוויינטלעך, מיט עפּעס אַ תּירוץ קעגן די ישׂראלים! גיי, דערצייל עמעצן, אַז תּל-אָבֿיבֿ איז אויסגעקליבן געוואָרן ווי די „הויפּט-שטאָט פֿון האָמאָסעקסואַליזם אין מיטל-מיזרח‟. דערווײַל, איז די מאַכט אין איראַן גרייט אויפֿן חשבון פֿון דער מלוכה צו דערלויבן די האָמאָסעקסואַליסטן צו בײַטן זייער מין דורך אַן אָפּעראַציע, אַבי זיי זאָלן אויפֿהערן צו זײַן האָמאָסעקסואַליסטן.
אַ וויכטיקער טייל פֿון פּריווילעגיע איז דער קאָנטעקסט. עס איז זיכער בעסער צו זײַן אַ קריסט איידער עפּעס אַנדערש אין אַמעריקע; אָבער דאָס מיינט נישט, אַז די קריסטן האָבן אַ פּריווילעגיע אין אַנדערע לענדער פֿון דער וועלט; עס באַרעכטיקט נישט די אַמעריקאַנער קריסטן דאָס איגנאָרירן דעם פּײַן פֿון זייערע גלויבנס־ברידער און שוועסטער אין די נישט-קריסטלעכע לענדער. די מוסולמענער און אַראַבער האָבן נישט קיין פּריווילעגיע אין אַמעריקע, אָבער דאָס מיינט אויך נישט, אַז מיר דאַרפֿן פֿאַרזען דעם פֿאַקט, אַז אין צענדליקער מדינות פֿון דער וועלט האָבן זיי יאָ פּריווילעגיע און באַעוולהן די מינדערהייטן, וואָס האָבן ניט אַזאַ פּריווילעגיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.