(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַ טייל פֿון דער קאָמעדיע שטאַמט אויך פֿון זייער אופֿן צו רעדן, פֿאַרשטייט זיך. באַטאַליאָן און עלסאָן מישן אַרײַן אַזוי פֿיל ניבול־פּה, ענגליש און צעקאַליעטשעט ייִדיש, אַז עס קומט אַרויס אַ מין פֿראַנקענשטיין־לשון, וואָס איז נישט צו פֿאַרשטיין, סײַדן מע לייענט די ענגלישע אונטערקעפּלעך. דער קלאַנג פֿון ייִדיש אַליין גיט צו אַ קאָמישן עלעמענט, און דאָס רעדן ייִדיש ברענגט אַרויס פֿון זיי אַן אַנדער פּערזענלעכקייט. זיי האָבן געפּרוּווט שפּילן די זעלביקע סצענעס אויף ענגליש און אויף פֿראַנצייזיש, אָבער ס׳איז ניט געגאַנגען, ניט געהאַט דעם זעלבן טעם.
מען קען האָבן פֿאַרשיידענע טענות צו „ייִדלײַף‟, למשל, צום אופֿן, ווי אַזוי מע רעדט דאָרט וועגן רעליגיע, אָדער וועגן פֿרויען; וועגן דעם ניבול־פּה אָדער דעם חוזק פֿון ייִדישקייט אאַז”וו. מײַן טענה איז נאָר צום פֿראַנקענשטיין־לשון, וואָס די אַקטיאָרן רעדן, וואָס גרילצט אַזוי אין די אויערן, ווען מען פֿאַרשטייט שוין יאָ אַ ביסל ייִדיש. איך פֿרעג זיך, צי איז ניט געווען אין גאַנץ מאָנטרעאָל קיין איין ייִדיש־קענער, וואָס וואָלט געקענט העלפֿן אויסצובעסערן דעם אומאידיאָמאַטישן דיאַלאָג? פֿון גראַמאַטיק איז נישטאָ וואָס צו רעדן, פֿאַרשטייט זיך; גראַמאַטיק איז שוין צו אַ הויכע מדרגה — איך האָב נאָר געוואָלט, אַז די ווערטער, וואָס זיי רעדן אַרויס, זאָלן כאָטש קלינגען ייִדישלעך.
מען האָט קענטיק אינוועסטירט אַ סך צײַט און געלט אין דעם דאָזיקן פּראָיעקט. די אַקטיאָרן שפּילן אַזוי גוט און רעדן מיט אַזאַ שיינער ייִדישער אינטאָנאַציע, די פּראָגראַם איז אַזוי פּראָפֿעסיאָנעל פֿילמירט און מאָנטירט, אַז ס׳איז אַ שאָד, וואָס מע האָט ניט געלייגט מער אַכט אויף דער שפּראַך. איך בין זיכער, אַז זיי וואָלטן זיכער געפֿונען אַ קאָרעקטאָר, וואָס זאָל אַרבעטן לשם מיצווה, אָן געלט, און אַזוי וואָלט די פּראָגראַם געהאַט אַ פּנים אויך פֿאַר די הונדערטער טויזנטער ייִדיש־רעדער, וואָס זײַנען פֿאַראַן, קיין עין־הרע. אויף דער טענה האָבן באַטאַליאָן און עלסאָן געענטפֿערט, אַז זיי האָבן יאָ געוויזן זייער סקריפּט פֿאַר עטלעכע אמתע ייִדיש־קענער, פֿאַר אַן עלטערן ייִד און פֿאַר אַ יונגן געוועזענעם חסיד, און אַז יעדער האָט געוואָלט איבערמאַכן די שפּראַך אויף אַן אַנדער אופֿן. מע קען נאָר האָפֿן, אַז אין דער צוקונפֿט וועלן זיי פֿרעגן מבֿינות בײַ עמעצן אַנדערש.
נאָר כּדי זיי זאָלן קענען תּשובֿה טאָן פֿאַר זייערע זינד קעגן ייִדיש און ייִדישקייט, דאַרפֿן באַטאַליאָן און עלסאָן ערשט האָבן אַ געלעגנהייט ממשיך צו זײַן זייער סעריע. פֿאַר די ערשטע עפּיזאָדן האָבן זיי געקראָגן פֿאַרשיידענע סובסידיעס פֿון דער מאָנטרעאָלער ייִדישער קהילה, אָבער די צוקונפֿט פֿון „ייִדלײַף‟ ווענדט זיך אין די רײַכע ייִדן, וואָס וועלן אפֿשר לייענען דעם דאָזיקן אַרטיקל. מע האָט שוין פּלענער פֿאַר מער דיסקוסיעס אין אַנדערע ייִדישע רעסטאָראַנען, סײַ אין מאָנטרעאָל, סײַ אין אַנדערע ייִדישע שטעט, ווי טאָראָנטאָ, ניו־יאָרק, תּל־אָבֿיבֿ וכדומה — אַבי זיי זאָלן קריגן אַ בודזשעט.
דעריבער זאָלן אונדזערע שפּראַך־פּוריסטן מוחל זײַן די טועתן און געדענקען דעם גרויסן אויפֿטו, וואָס „ייִדלײַף קריזיס‟ שטעלט מיט זיך פֿאָר: דער ערשטער מאָדערנער „סיטקאָם‟ אויף ייִדיש, געשאַפֿן פֿאַרן איצטיקן דור יונגע ייִדן, וואָס ווייסן ניט, פֿון וואָס זייער ייִדישקייט באַשטייט. די פּראָגראַם וועט ניט העלפֿן די וועלטלעכע ייִדן אויסצוגלײַכן די סתּירות פֿון זייער אידענטיטעט, אָבער אפֿשר יאָ צו דערקענען די דאָזיקע סתּירות און צו לאַכן פֿון זיי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.