דער קאָלעקטיווער זכּרון אין שלום אַשס ווערק

Collective Memory in Sholem Asch’s Work

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published September 10, 2014, issue of September 26, 2014.

בסך־הכּל האָט שלום אַש אָנגעשריבן 26 ראָמאַנען, װאָס באַהאַנדלען ביז גאָר פֿאַרשידענע טעמעס. זײ דעקן די גאַנצע געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, פֿון משה רבינו ביז דער מאָדערנער אַמעריקע. ליטעראַריש זײַנען אַשס ראָמאַנען פֿון פֿאַרשידענער קװאַליטעט, אָבער די בעסטע צװישן זײ, אַזעלכע װי „אָנקל מאָזעס‟, „פּעטערבורג‟, „תּהילים ייִד‟, „איסט ריװער‟ — האָבן געמאַכט דעם שרײַבער װעלט־באַרימט, און אַפֿילו שיִער ניט געבראַכט אַ נאָבעל־פּרעמיע.

אַ באַזונדער אָרט פֿאַרנעמט אין זײַן ירושה דער ראָמאַן „דער מאַן פֿון נצרת‟, װאָס האָט גורם געװען דעם גרעסטן סקאַנדאַל אין דער ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע. אפֿשר זײַן בעסט ליטעראַריש װערק, האָט דער דאָזיקער ראָמאַן באַשריבן ישו הנוצרי װי אַ מין אוראַלטן ייִדישן צדיק. די קריטישע אָפּשאַצונגען זײַנען געװען ביז גאָר פֿאַרשידענע, אָבער װי אַ פּועל־יוצא, האָט אַש פֿאַרלױרן זײַן שטעלע אין „פֿאָרװערטס‟, װי דער הױפּט־ראָמאַניסט.

עד־היום פֿאַרמאָגן מיר נאָך ניט קײן געהעריקן אַנאַליטישן איבערזיכט פֿון אַשס ריזיקער ליטעראַרישער ירושה. פֿאַר דער דאָזיקער קאָמפּליצירטער אױפֿגאַבע האָט זיך גענומען די פּױלישע ליטעראַטור־פֿאָרשערין מאַגדאַלענאַ סיטאַרזש אין איר נײַעם בוך. זי באַטראַכט אַשס ראָמאַנען אונטער דעם קוקװינקל פֿון זכּרון, װי אַן אופֿן פֿון ליטעראַרישן װעלטבאַנעם. זי דערקלערט אין דער הקדמה, אַז די הײַנטיקע ליטעראַטור–װיסנשאַפֿט האָט אַ סך אינטערעס אין דער פֿונקציע פֿון קאָלעקטיװן זכּרון װי אַ כּלי צו שאַפֿן שליסל־אימאַזשן פֿאַר נאַציאָנאַלער אידענטיטעט.

שלום אַשס װערק האָבן אַװדאי געהאַט אַ היפּשע השפּעה אױף דער אױספֿורעמונג פֿון ייִדישער קאָלעקטיװער אידענטיטעט. אין זײַנע ראָמאַנען האָט ער באַרירט די סאַמע צענטראַלע פּראָבלעמען פֿון ייִדישן קיום, אַזעלכע װי די אמונה אין גאָט, פּאָגראָמען און רדיפֿות, אַסימילאַציע, סאָציאַלער יושר, גלות און ארץ–ישׂראל. סיטאַרזש גרופּירט אַשס ראָמאַנען לױט זײער טעמאַטיק, פֿאַרסך־הכּלט זײער אינהאַלט און מאַכט אַ קורצן ניצלעכן איבערזיכט פֿון זײער קריטישער אױפֿנאַמע, אָבער זי פֿאַרטיפֿט זיך ניט אין ליטעראַרישן אָדער קולטור־היסטאָרישן אַנאַליז. זי טײלט אױס פֿאַרשידענע „פֿיגורן פֿון זכּרון‟, אימאַזשן און געשטאַלטן, װאָס אַזױ אָדער אַנדערש רעפּרעזענטירן די פֿאַרגאַנגענהײט אין אַשס קינסטלערישן כּוח־הדמיון.

אָבער עס בלײַבט ניט קלאָר, װאָס איז דער מעטאַפֿאָרישער און סימבאָלישער זין פֿון די דאָזיקע „פֿיגורן‟, מחוץ דער פּשוטער אָפּשפּיגלונג פֿון פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון רעאַליטעט. עס האָט זיך באַקומען ניט מער װי אַ רשימה פֿון טעמעס און געשטאַלטן מיט אַ היפּשער צאָל בײַשפּילן, אײַנגעאָרדנט לױטן טעמאַטישן פּרינציפּ: לאַנדשאַפֿט, ייִדישקײט, רעליגיע, שטעטל און שטאָט, סאָציאַלע טיפּן, און אַזױ װײַטער. עס פֿעלט דערבײַ אַ געהעריקע קריטישע אַנאַליטישע אָפּשאַצונג פֿון די דאָזיקע „פֿיגורן‟. דערצו נאָך טרעפֿט מען צומאָל פּשוטע טעותן, װי למשל, װען די מחברין זאָגט, אַז אַשס שילדערונגען פֿון נאַטור זײַנען געװען נײַ פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור; שוין בײַ מענדעלע פֿאַרנעמט די נאַטור אַ װיכטיק אָרט.