אינעם מקום־קדוש פֿון דער היסטאָרישער „שיל אויף עלדרידזש גאַס‟ איז לעצטנס פֿאָרגעקומען אַ קאָנצערט, וואָס האָט צונויפֿגעבונדן די מוזיק פֿון דער פֿאַרמלחמהדיקער אָדעסער ייִדישער אונטערוועלט און די אַמעריקאַנער ייִדישע מוזיק פֿון די 1950ער יאָרן מיטן הײַנטיקן אויפֿלעב פֿון דער קלעזמער־מוזיק.
אין דעם קאָנצערט, באמת אַ ספּעקטאַקל, האָבן זיך באַטייליקט דער נײַער „כּבֿוד־קאַפּעליע‟ (Tribute Band), „די ברידער נאַזאַראָף‟, וואָס צילעוועט אויפֿצולעבן דעם רעפּערטואַר פֿונעם האַלב־פֿאַרגעסענעם זינגער נתן „פּרינץ‟ נאַזאַראָף. די קאַפּעליע איז באַשטאַנען פֿון דניאל קאַהן, פּסאָי קאָראָלענקאָ, באָב כּהן, דזשייק שולמאַן־מענט און מיישקע אַלפּערט. ווי אַ וויץ, אויפֿן סמך פֿון אַזעלכע פּאָפּולערע אַמעריקאַנער „ראָק‟־גרופּעס ווי „די ראַמאָנס‟, שטעלן די אַלע מוזיקער זיך פֿאָר ווי „ברידער נאַזאַראָף‟, דאָס הייסט, דניאל קאַהן ווערט פֿאַרוואַנדלט אין „דאַניק נאַזאַראָף‟, און דזשייק שולמאַן־מענט - אין „יאַנקל נאַזאַראָף‟.
דער קאָנצערט האָט פֿאָרגעשטעלט מיט זיך אַ קיניגלעכע אַטמאָספֿער, ניט בלויז צוליב דעם, וואָס די מוזיק האָט געשאַפֿן דער „פּרינץ‟ נאַזאַראָף און די מוזיקער האַלטן זיך פֿאַר זײַנע, כאָטש גײַסטיקע, קרובֿים, נאָר אויך ווײַל די קלעזמאָרים זענען אַרײַנגעקומען מיט גרויס פּאַראַד, באַגלייט פֿון אַ גאַנצער חבֿרה אָנהענגער.
ניט געקוקט אויף דעם ווידער־אויפֿבלי פֿון זײַן מוזיק, ווייסט קיינער באמת ניט קיין סך וועגן נתן „פּרינץ‟ נאַזאַראָף. ווי דניאל קאַהן האָט דערקלערט בעתן קאָנצערט, זענען אַפֿילו די גרונטיקסטע פּרטים וועגן זײַן הינטערגרונט און פּריוואַט לעבן אין גאַנצן אַ מיסטעריע. דער „פּרינץ‟ איז באַקאַנט צוליב איין אַלבאָם - „פֿריילעכע ייִדישע לידער‟ (Jewish Freilach Songs), וואָס ער האָט אַרויסגעלאָזט אין 1954. אַרויסגעגעבן די פּלאַטע האָט די לעגענדאַרע פֿאָלק־מוזיק פֿירמע Folkways. פֿון דער ביאָגראַפֿיע, וואָס באַגלייט די פּלאַטע, דערוויסט מען זיך, אַז נתן נאַזאַראָף איז געבוירן געוואָרן אין מיזרח־אייראָפּע און געקומען קיין אַמעריקע אין 1914. די ביאָגראַפֿיע דערצײלט ווײַטער, אַז ער איז באַקאַנט פֿאַר די „אומצאָליקע‟ ראַדיאָ־צוהערער ווי „דער פּרינץ‟. קיין סך מער גענויע פּרטים ווייסט קיינער ניט. ס׳ווײַזט זיך אַרויס, אַז דער „פּרינץ‟ איז ניט געווען קיין גרויסער ראַדיאָ־שטערן, ווײַל קיינער געדענקט אים ניט פֿון דעם ראַדיאָ. אַחוץ אַ פּאָר רעקלאַמעס אויף זײַנע קאָנצערטן אין אַלטע ייִדישע צײַטונגען, זענען ניט געבליבן קיין סימנים, אַז ער האָט ערגעץ געגעבן אַמאָל אַ קאָנצערט. ווען ער איז געשטאָרבן, וווּ עס געפֿינט זיך זײַן קבֿר און וווּ עס געפֿינען זיך זײַנע יורשים, ווייסט קיינער ניט.
ווען ניט דער אַלבאָם „פֿריילעכע ייִדישע לידער‟, וואָלט מען אין אים שוין זיכער לאַנג געהאַט פֿאַרגעסן, אַזוי ווי אין פֿיל אַנדערע פֿאַרווײַלער, וואָס האָבן אַמאָל געזונגען אין די „קעטסקיל‟־בערג. דער אַלבאָם איז, אָבער, געוואָרן אַ מין „קולט־שלאַגער‟ און איז בפֿירוש פּאָפּולער אין דער קלעזמער־אויפֿלעב באַוועגונג, בראָש מיט מיישקע אַלפּערט, וואָס האַלט זיך פֿאַר אַ „חסיד‟ פֿונעם פּרינץ זינט 1976, ווען ער האָט דעם אַלבאָם צום ערשטן מאָל אַנטדעקט אין לאָס־אַנדזשעלעס.
דער אַלבאָם אַליין קלינגט אויסער דער צײַט און קאָנטעקסט. להיפּוך צו כּמעט אַלע ייִדישע זינגערס פֿון די נאָך־מלחמהדיקע יאָרן, זינגט נאַזאַראָף ניט קיין נאָסטאַלגישע לידער וועגן דער „אַלטער היים‟. זײַנע לידער, געזונגען מיט אַ שיכּורלעכער פֿרייד, וואָס שטימט ניט אָפֿט מאָל מיט זייער טעמאַטיק, קלינגען ווי מע וואָלט זיי געזונגען אויף עפּעס אַ שׂימחה; און דווקא ניט קיין איידעלער, נאָר עפּעס אַ געשעעניש, אויף וועלכן מע טאָר ניט ברענגען קיין קינדער. אַפֿילו זײַנע (גאַנץ ריינע) ראָמאַנטישע לידער קלינגען ווי זיי וואָלטן באַהאַלטן עפּעס אַ גרעבלעכע שטיפֿערישקייט הינטער די ווערטער. אָט דער פֿריילעכער, שפּילעוודיקער גײַסט האָט, אַ פּנים, „אָנגעשטעקט‟ אַ פּאָר פֿון די וויכטיקסטע הײַנטיקע קלעזמאָרים.
די „ברידער נאַזאַראָף‟ זענען צוזאַמענגעקומען, כּדי צו שפּילן די מוזיק פֿון נאַזאַראָפֿס איינציקן פֿולן אַלבאָם. בײַם אַדורכבלעטערן די אַרכיוון פֿון Folkways, האָבן זיי, אָבער, אַנטדעקט אַנדערע לידער פֿונעם „פּרינץ‟, וואָס מע האָט ניט אַרײַנגענומען אינעם אַלבאָם. אין נאָך אַן אַרכיוו האָט מען אויך געפֿונען אַ פּאָר לידער אויף רוסיש, וואָס נאַזאַראָף האָט אַרויסגעלאָזט אין די 1920ער יאָרן. די „ברידער נאַזאַראָף‟ האָבן צוזאַמענגענומען די לידער פֿון אַלע דרײַ מקורים און פֿון זיי געמאַכט אַ נײַעם אַלבאָם, אין וועלכן זיי שפּילן אַלע לידער פֿון נתן נאַזאַראָף סײַ אויף ייִדיש און סײַ אויף ענגליש. דער אַלבאָם, „דער פֿריילעכער פּרינץ‟, וועט אַרויסגיין אין 2015, דורך Folkways.
אויפֿן קאָנצערט האָבן די „ברידער נאַזאַראָף‟ געשפּילט מער ווי אַ העלפֿט פֿונעם גאַנצן רעפּערטואַר פֿאַרן עולם. צווישן די לידער זענען געווען נאַזאַראָפֿס נוסחאָות פֿון באַקאַנטע ייִדישע לידער, ווי „אַרום דעם פֿײַער‟, לידער פֿון דער אָדעסער אונטערוועלט און אָריגינעלע לידער, וואָס „דער פּרינץ‟ האָט אַליין אָנגעשריבן, צווישן זיי דאָס ליד, „אוי בין איך אַ מזלדיקער ייִד‟, וואָס דינט פֿאַר די „ברידער נאַזאַראָף‟ ווי אַ מין הימען.
„אוי בין איך אַ מזלדיקער ייִד‟ איז, ווי אַ סך פֿון נאַזאַראָפֿס לידער, באמת אַבסורדיש. אינעם אָריגינאַל זינגט נתן נאַזאַראָף מיט זײַן ענטוזיאַסטיש, סקריפּעדיק קול וועגן זײַנע פֿינאַנציעלע צרות און די שוועריקייטן, וואָס עס שאַפֿן פֿאַר אים זײַנע קינדער. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס זײַן העלד האָט ניט קיין געלט און זײַנע קינדער ווילן פֿון אים ביציקלען און שפּילעכלעך, זינגט נאַזאַראָף פֿריילעך, מיט אַ האַלב באַהאַלטענעם געלעכטער:
אוי בין איך אַ מזלדיקער, מזלדיקער ייִד,
אוי בין איך אַ מזלדיקער, מזלדיקער ייִד,
וווּ איך גיי, וווּ איך שטיי
האָב איך נאָר איין געשריי:
אוי בין איך אַ מזלדיקער ייִד!
אינעם ייִדישן נוסח פֿון די „ברידער נאַזאַראָף‟ קלינגט דאָס ליד אַ סך מער ערנסט און אומאיידל, געזונגען באמת אויף אַ כּמעט שיכּורן אופֿן. די אַבסורדישקייט און הומאָר פֿונעם אָריגינאַל שטעלן זיי אָבער יאָ אַרײַן, אַ דאַנק דעם, וואָס זיי זינגען דאָס ליד אויך אויף ענגליש. כאָטש דניאל קאַהן איז אַן אויסגעצייכנטער איבערזעצער פֿון ייִדישע לידער אויף ענגליש און ווייסט ווי אַזוי איבערצוזעצן אַ ליד, מע זאָל עס קענען זינגען אויף ביידע לשונות, האָבן די „ברידער נאַזאַראָף‟ באַשלאָסן צו נוצן די קאַטאַסטראָפֿיש־שלעכטע ענגלישע איבערזעצונג, וואָס האָט לכתּחילה באַגלייט די פּלאַטע. עס גייט ניט בלויז אין דעם, וואָס די ווערטער גראַמען זיך ניט, נאָר דער באַטײַט פֿון די ווערטער איז ניט ריכטיק, צומאָל מיט גאָר קאָמישע רעזולטאַטן. איין בײַשפּיל: אינעם ייִדישן אָריגינאַל זינגט מען:
קום איך נאָר פֿון דעם שאַפּ (קראָם)
קום איך שוין אַ מידער,
פֿאַנגען אָן די קינדער מיר,
זינגען קינדער־לידער.
אינעם ענגלישן נוסח זינגט מען „די קינדער זינגען קינדער־לידער/ דעמאָלט הייבט זיך אָן אַ מהומה‟.
ספּעציעל אינטערעסאַנט זענען נאַזאַראָפֿס לידער פֿון די 1920ער; די לידער אויף ייִדישע פֿאָלקס־מאָטיוון און וועגן מוזיקער, האָט נאַזאַראָף געזונגען אויף רוסיש מיט ייִדישע פֿראַזעס און צומאָל גאַנצע זאַצן אַרײַנגעמישט. די „ברידער־נאַזאַראָף‟ זינגען די לידער אויף ענגליש, נאָר מיט די זעלביקע ייִדישע פֿראַזעס נאָך אַלץ אינעם ייִדישן אָריגינאַל, אַזוי ווי זיי זענען געווען אין נתן נאַזאַראָפֿס רוסישן נוסח. דערפֿאַר פֿאַרשטייט ניט אַן ענגליש־רעדנדיקער ייִד אַלצדינג אינעם ליד, פּונקט ווי די רוסיש־רעדנדיקע ייִדן האָבן פֿאַרשטאַנען פֿון דעם ליד בלויז דרײַ־פֿערטל אין די 1920ער יאָרן.
אין אַלגעמיין איז די „די ברידער נאַזאַראָף‟ ווי אַ קינסטלערישער פּראָיעקט און ייִדישע „סופּער־גרופּע‟ זייער אַ געלונגענער. ס׳איז אָבער דאָ איין עלעמענט, וואָס שטימט ניט מיטן מאַטעריאַל; די מוזיקער זענען צו פֿעיִק פֿאַר די לידער, אויב מע קען אַזוי זאָגן. ווען מע הערט די מוזיקער, וואָס שפּילן אינעם הינטערגרונט אויף דער אָריגינעלער פּלאַטע, איז די מוזיק ווײַט ניט אַזוי גוט געשפּילט אָדער אינטערעסאַנט, ווי בײַ די „ברידער־נאַזאַראָף‟. ווען מע הערט ווי אַזאַ טאַלענטירטער פֿילדער ווי דזשייק שולמאַן־מענט שפּילט, הערט מען זיך מער צו צום פֿידל און ניט צום זינגען, וואָס זאָל זײַן דער הויפּט־פֿאָקוס.
דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, אַזאַ מין צרה ווי „די כּלה איז צו שיין‟. אָבער ס׳איז יאָ אַ צרה, ווײַל די מוזיקער שפּילן די לידער צומאָל מער ערנסט און מיט מער געניטשאַפֿט ווי עס קומען די נאָטן. דאָס הערט מען ניט אַזוי שטאַרק בעתן קאָנצערט, אָבער מע דערקענט עס גלײַך בײַם צוהערן זיך צום אַלבאָם „דער פֿריילעכער פּרינץ‟. אַ גרויסער טייל פֿון דער אַטראַקציע פֿון נתן נאַזאַראָפֿס אָריגינאַלן אַלבאָם איז זײַן היימישקייט, אָדער ווייניקער דיפּלאָמאַטיש געזאָגט, זײַנע פּגמים. מיט מער טאַלאַנטירטע מוזיקער פֿאַרלירט מען אַ ביסל פֿונעם דאָזיקן אומפּערפֿעקטן חן.
אָבער אַפֿילו ווען מע רעכנט אַרײַן דעם האַלבן „פֿעלער‟, איז דער פּראָיעקט אַ געלונגענער, סײַ ווי אַ פֿאָרשטעלונג און סײַ ווי אַ מוזיקאַלישער רעפּערטואַר פֿונעם פֿאַרגעסענעם „פּרינץ‟ אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער מוזיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.