די וועלט איז נישט פֿאַרטיילט גלײַך אויף גלײַך, גייט די יוגנט זוכן גליקן אין פֿרעמדע אידעאָלאָגיעס.
עס גייט פֿאַרבײַ אַ קורצע שטרעקע פֿון צײַט און האָפּלאַ! די וועלט גייט שוין ווידער אַדורך נײַע ווייען, זי גייט שוין ווידער צו קינד און מפּילט. קוקט מען זיך אַרום, מ’שעכט און מ’קוילעט אויס גאַנצע פֿעלקערשאַפֿטן.
דאָ בײַ אונדז אין אַמעריקע, איז פֿאַראַן אַ קליין שטעטעלע וואָס רופֿט זיך פֿערגוסאָן, און געפֿינט זיך אין שטאַט מיזורי. ס’רובֿ אײַנוווינער אין פֿערגוסאָן באַשטייען פֿון אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, די דאָרטיקע פּאָליציי באַשטייט דווקא פֿון רובֿ ווײַסע פּאָליציסטן, וואָס זײַנען נאָך נישט דערגאַנגען דעם סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, אַז די אָפּשטאַמיקע פֿון פּרעזידענט לינקאָלנס צײַט איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון שקלאַפֿערײַ. בלויז די דיסקרימינאַציע איז פֿאַרבליבן, און פֿאַרבליבן מיט אַ ריגזה.
די צרה איז, אַז די יוגנט אין פֿערגוסאָן האָט מען פֿאַרזען ווען עס איז געקומען צו אַ גלײַכער און מענטשלעכער דערציִונג. איז די דיסקרימינירטע יוגנט פֿאַרבליבן אונטערשטעליק, און זיי ברויזן סײַ מיט נאַרקאָטיקעס, סײַ מיט ראַבונקעס, סײַ מיט אָנפֿאַלן.
די טעג איז פֿאָרגעקומען די לוויה פֿון דעם 18־יעריקן מײַקל בראַון, אַ בחור וואָס איז ברוטאַל דערשאָסן געוואָרן אָן רחמנות, צי ער האָט זיך עס יאָ פֿאַרדינט צי נישט. אין דעם פֿאַל האָט דאָס געריכט געהאַט די יוריסטיקציע צו משפּטן אים, נישט דער פּאָליציאַנט.
האָט זיך אויפֿגעהויבן אַ ויצעקו מיט אַ מהומה, מיט אַל שאַרפּטאָנען אין שפּיץ, וועלכער זוכט נישט נאָר די גלײַכע רעכט פֿאַר דער הריגה פֿון אַ געשאָסענעם פֿון זײַן שבֿט, נאָר אויך, און דער עיקר „פּובליסיטי‟ פֿאַר זײַנעטוועגן. ווו אַ הריגה פֿון אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער בחור, צי סתּם אַ פֿאַרברעכער, איז ער דאָ. ס’קאָצל קומט.
האָט דאָס שטעטל אַדורכגעפֿירט אַ לוויה, וואָס וואָלט געפּאַסט פֿאַר אַ גענעראַל פֿון העכסטן ראַנג, אויף צו באַפֿרידיקן סײַ די עלטערן, סײַ די אײַנוווינער, סײַ די דיסקרימינאַציע וואָס הערשט עד־היום וווּ נאָר מען איז פֿאַרטיילט אין צוויי מחנות, ווײַסע און שוואַרצע, אָרעמע און רײַכע, אַרבעטס־געבער און אַרבעטער, וואָס קומען נישט אויס מיטן נעבעכדיקן געהאַלט.
ווער ווייסט עס נישט, אַז די וועלט באַשטייט פֿון גאָלע עוולות, איינס פֿון זיי איז דאָס פֿעלן פֿון אידעאַליזם, גלײַך אויף גלײַך, פֿאַר ווײַסע און פֿאַר שוואַרצע. די חבֿרה יוגנט האָט נישט קיין סיבה צו קעמפֿן פֿאַר אַן אידעאַל, אַ מיסיע אין לעבן צו קעמפֿן פֿאַר יושר און זעלבסט־ווירדע. מען האָט זיי גלײַך אויף גלײַך נישט דערצויגן.
דעריבער זעט מען אַמעריקאַנער יוגנטלעכע, סײַ צווישן ווײַסע און סײַ צווישן שוואַרצע, סײַ צווישן יענע וואָס שטאַמען אָפּ פֿון אַראַביש־מוסולמענישן פֿליגל. פֿאַר זיי איז אַמעריקע פּוסט, נישטאָ וועמען צו פֿאַרגעטערן, נישטאָ וועמען צו דינען, צו פֿאַרהערלעכן, שליסט מען זיך אָן אין „אַל־קיידאַ‟ אָדער אין „אײַסיס‟, אַ שלל מיט טעראָריסטישע באַוועגונגען, אונטערן פּלאַקאַט פֿון „אַללאַ אַכבאַר ־ גאָט איז גרויס‟.
איסלאַם איז הערלעך, און אין דר’ערד מיט די נישט־גלויביקע אין אַללאַן, אַראָפּ מיט זייערע קעפּ. זיי האַלטן, אַז דער גרעסטער אויפֿטו זייערער איז צו פֿילמירן זייער אויפֿטו בײַם קעפּן אויסלענדישע זשורנאַליסטן, ווי אויך אייגענע נישט־גלויביקע אין דעם וואָס זיי גלייבן.
געווען פֿאַלן גאָר נישט לאַנג צוריק ווען אַן אָפּשטאַמיקער פֿון די אַראַבישע לענדער און אַ פֿאַרביסענער איסלאַמיסט, האָט זיך צוריקגעקערט קײן אַמעריקע פֿון אַ רײַזע אין די אַראַבישע לענדער.
דאָ האָט מען אים דערלויבט אָנצושליסן זיך אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי, ווערן דערצויגן ווי אַ פּסיכיאַטער, אָבער גיי ווייס אַז ער איז געקומען אַהער מיטן שליחות פֿון אויסהרגענען בכּיוון אַ סכום סאָלדאַטן. ער האָט עס געטאָן ווי אַ הייליקע מיסיע.
און ווער קען פֿאַרגעסן די צוויי בראַטשיקעס פֿון טשעטשניע, וואָס האָבן זיך אויסגעשולט אין אַן אַמעריקאַנער גימנאַזיע און העכערע שטודיעס. האָבן זיי אויסגעפֿירט אַ שליחות פֿון זייערע איסלאַמישע מנהיגים און עקספּלאָדירט צוויי באָמבעס בעת דעם יערלעכן לויף־ציקל אין באָסטאָן.
דאָס איז נישט קיין נײַעס פֿאַר אונדז ייִדן. מיר האָבן זיך אין די פֿריִע צוואַנציקער יאָרן אויך אָנגעשלאָסן אין פֿרעמדע באַוועגונגען וואָס האָבן צוגעזאָגט גאָלדענע גליקן; צווישן זיי — קאָמוניזם, בונדיזם, סאָציאַליזם, אַנאַרכיזם, טעריטאָריאַליזם און אַלץ צוליב דעם וואָס מיר האָבן מער נישט געפֿונען קיין פֿונק פֿאַר זיך פֿון די גלויביקע און איבערגלויביקע טאַטעס און רבנים. די חבֿרה „גאָט־זוכער‟ האָבן זיך דאָראָבעט צו אַ נײַער אידעאָלאָגיע, וואָס האָט געדאַרפֿט אָנפֿילן זייערע יוגנטלעכע מוחות און חלומות מיט ענטוזיאַזם.
דעמאָלט זײַנען מיר געווען גרייט צו גיין אויף די באַריקאַדעס, מאַרשירן מיט דער רויטער־פֿאָן, אויסטיילן פֿאַרטײַעטע פֿלוג־בלעטלעך אין שטעט און שטעטלעך, מיט אַ מיסיע וואָס האָט געפֿיטערט מיט שקר וכזב און פֿאַרשטאָפּט אונדזערע מוחות מיט קליאָטשע.
און ווער קען עס פֿאַרגעסן דעם שפּאַנישישן בירגערקריג פֿון 1936־1939 מיטן פֿאַשיסטישן גענעראַליסימאָ פֿראַנציסקאָ פֿראַנקאָ בראש. גאַנצע כאָפּטעס אַמערעקאַנער יוגנטלעכע, צווישן זיי — אַ סך ייִדן, האָבן זיך אַ לאָז געטאָן און אָנגעשלאָסן אין די ראַנגען פֿון די אינטערנאַציאָנאַלע בריגאַדעס אין שפּאַניע.
און אויב דאָס איז נישט געווען גענוג האָט זיך אַ חבֿרה יונגע ענטוזיאַסטן געיאַוועט פֿון בריטאַניע, פֿראַנקרײַך און צווישן זיי אַנטי־פֿאַשיסטישע איטאַליענער און אפֿילו דײַטשן. וואָס דאָס זאָגט עדות אַז יוגנט לעכצט נאָך עפּעס העכערס, צו דערלייזן דאָס אומרעכט, צו שאַפֿן אַ דעמאָקראַטישע וועלט מיט גלײַכע רעכט, אָן דיסקרימינאַציע אָדער ייִדן־האַס, אָדער האַס צו יעדער אומפֿאַרשטענדלעכער קולטור וואָס רינגלט אונדז אַרום. אַנשטאָט דעם האָט מען זיך דאָ אָנגעטראָפֿן אויף דער אידעאָלאָגיע פֿון דינען דעם גאָט פֿון געלט.
ס’דערמאָנט מיך אין דער צײַט ווען משה רבינו איז אַרויף אויפֿן באַרג סיני זוכן אַן אידעאָלאָגיע פֿאַר דער מענטשן־מאַסע אין מדבר. ער האָט באַדאַרפֿט אַראָפּברענגען גאַנצע פּודן פֿון מענטשן־רעכט, פֿון געזעצן וואָס רופֿן צום אויפֿהערן צו שעכטן און שינדן, פֿאַר דרך־ארץ פֿאַר טאַטע־מאַמע, שטרעבן צו אַ וועלט פֿון גערעכטיקייט צווישן ברידער און די אַרומיקע פֿעלקער.
האָט זיך ס’פֿאָלק נישט געקענט דערוואַרטן אויף משה רבינוס שליטוועגס און באַלד גענומען דינען דעם גאָלדענעם קאַלב. פּונקט ווי מיר דאָ אין אַמעריקע און איבער דער וועלט האָבן זיך נישט געקענט דערוואַרטן אויף דער ישועה, האָט מען זיך גענומען דינען דעם גאָלדענעם קאַלב.
ליבע פֿרײַנד, טוט מיר אַ טובֿה און קלאַסיפֿיצירט מיך נישט פֿאַר אַ לינק־געשטימטע, וואָס דאָס בין איך נישט, אויך נישט ווי אַ מיט־לויפֿערקע אָדער ווי איינע וואָס טאַנצט אויף ביידע חתונות, און דאָס טו איך אויך נישט. איך בין געבוירן בײַ סטאַלינען און וואָס אַכזריות איז ווען ס’פֿאַלט אַרײַן אין די הענט פֿון אַ טיראַן ווייסן מיר. זײַנען מיר עדות צו אַ נײַעם טיראַן אין לאַנד פֿון די ווײַסע בערן, „פּוטין־ראַספּוטין‟.
אין ישׂראל הערשט די זעלבע דעמאָקראַטיע וואָס בײַ אונדז, זי קען זיך אויך נישט קיין עצה געבן מיט אירע גלײַכע רעכט, און איך רעד דאָ נישט פֿון די פּאַלעסטינער, איך רעד דאָ וועגן דעם אונטערקלאַס, וועלכער אַרבעט זיך צו־ביסלעך אַרויף.
זיכער שטרעבן מיר אַלע צו גלײַכהייט, פֿרײַהײַט און ברידערלעכקייט, אָבער דער חלום מײַדט אונדז אַ סך מאָל אויס. ווײַל מיר, די צוויי־פֿיסיקע ברואים, מולטי־קולטורנע פֿעלקערשאַפֿטן זײַנען אויסגעוואַקסן אויף פֿאַרשיידענע קאָנטינענטן, און הייבן נישט אָן צו פֿאַרשטיין איינער דעם אַנדערן, נאָך דערצו ווען עס קומט צו אַזאַ אײַנפֿאַל ווי דעמאָקראַטיע.
גיי פֿיטער אָן אַ קעמל מיט דעמאָקראַטיע, דעם העלפֿאַנט מיט יושר, די בערן מיט די לײבן, די מאַלפּעס מיט די גאָרילעס מיט דעמאָקראַטיע, אַרויסגעוואָרפֿענע טירחה.
דעריבער מוז מען אײַנשטעלן אַ פּלאַטפֿאָרמע פֿון דערציִונג דאָ אין אַמעריקע, גלײַך אויף גלײַך, סײַ פֿאַר ווײַסע, סײַ פֿאַר שוואַרצע קינדער, מיט גוטע לערער, דערצויגענע, קולטורעלע, שעפֿערישע לערער, פֿאַרשטענדלעכע און ברייט־האַרציקע לערער וואָס איבן נישט אויס קיין דיסקרימינאַציע צווישן די קינדער און יוגנטלעכע, און דאָס גלײַכן פֿאַר פּאָליציסטן, ריכטער, אַדוואָקאַטן, דאָקטוירים און זיכער פּאָליטיקער, אפֿילו יענע וואָס פֿאַרטרעטן די דרום־שטאַטן.
נאָר דורך גוטער בילדונג וועט אויסוואַקסן אַ דערצויגענער דור, וואָס וועט נישט דאַרפֿן לעכצן נאָך פֿרעמדע אידעאָלאָגיעס, נאָך פֿרעמדע אילוזיעס, נאָך פֿרעמדע געטער, נאָר קענען מאַניפּולירן ס’לעבן מיט אייגענע גײַסטיקע כּוחות.
אמן!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.