געוויינטלעך, ווערט אַ בית־עולם אַסאָציִיִרט שטילקייט מיט מנוחה, מיט דער לעצטער רו פֿון די, וואָס זענען אַוועק פֿון אונדז אויף יענער וועלט. עס שטייט אָבער געשריבן אין גמרא, אַז אַ טויטער צדיק ווערט פֿאַררעכנט פֿאַר אַ לעבעדיקן מענטש. אַדרבה, ווי עס ווערט דערקלערט אין די ספֿרי־חסידות, ווערט אַ צדיק נאָך זײַן פּטירה אַפֿילו מער לעבעדיק — נישט בלויז אין הימל, נאָר אויך בגשמיות. צום באַדויערן, זענען אין דער געשיכטע באַקאַנט פֿאַרשיידענע פֿאַלן, ווען די איבעריקע מענטשלעכע לעבעדיקייט אַרום געוויסע טויטע קאָן גורם זײַן סתּירות, מהומות און אַפֿילו מלחמות.
אין סיריע און איראַק איז לעצטנס אויפֿגעקומען אַ נײַע גרופּע איסלאַמישע מיליטאַנטן, וועלכע האָט דערקלערט, אַז זי האָט, כּלומרשט, געשאַפֿן אַן אייגענעם כאַליפֿאַט. צוליב דעם, וואָס זי סטראַשעט צו באַשטראָפֿן די, וואָס זענען נישט מסכּים מיט אירע דעות, און פֿירט טאַקע דורך בלוטיקע אַקציעס קעגן אירע קעגנער, איז זי היפּש דערעסן געוואָרן די אַרומיקע לענדער, אַרײַנגערעכנט די גאָר קאָנסערוואַטיווע סאַודיע.
אין דער מערבֿדיקע פּרעסע ווערט זעלטן דערמאָנט, אַז צווישן די הנהגות, וואָס דער אַזוי־גערופֿענער „כאַליפֿאַט‟ שטרעבט מיט גוואַלד צו פֿאַרווערן, איז דער ברייט פֿאַרשפּרייטער מוסולמענישער מינהג צו באַזוכן די קבֿרים פֿון געוויסע גרויסע מענטשן, כּדי צו בעטן זיי תּפֿילה צו טאָן לטובֿת די לעבעדיקע. די מיליטאַנטישע קנאָים טענהן, אַז אַזאַ מינהג איז אַ בפֿירושע עבֿודה־זרה, וואָס פֿאַרדינט אַ טויט־שטראָף. לויט זייער שיטה, מוזן די מענטשן זיך ווענדן מיט זייערע בקשות צום באַשעפֿער אַליין, אָן קיין פֿאַרמיטלער.
אין סאַודיע פּסקנט מען אויך, אַז מע טאָר נישט בעטן די טויטע אויף די קבֿרים. זיי גייען אָבער נישט אַזוי ווײַט, ווי די סירישע עקסטרעמיסטן. אַ סך אַנדערע סוניטן האַלטן דווקא יאָ פֿונעם קבֿרים־פּילגרימאַזש, און אינעם שיִיִטישן איראַן זענען אַזעלכע נסיעות גאָר פּאָפּולער און אָנגענומען ווי אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער אמונה. בײַ די שיִיִטן זענען פֿאַראַן גאַנצע ביכער, וואָס דעקלערן, ווי אַזוי מע זאָל זיך בעסער ווענדן מיט אַ בקשה צום נבֿיא מוכאַמאַד, זײַנע קרובֿים און זײַנע חסידים. אַדרבה, אין דער שיִיִטישער הייליקער שטאָט קאָם געפֿינט זיך איינער פֿון די הויפּט־צענטערס פֿון אַזעלכע נסיעות — דער קבֿר פֿון פֿאַטימאַ מאַסומע, מוכאַמאַדס אַן אייניקל פֿונעם זיבעטן דור, וואָס די איראַנער האַלטן זי פֿאַר אַ זעלטענער צדיקת. אַ סך וויכטיקע שיִיִטישע קבֿרי־צדיקים געפֿינען זיך אין סיריע און איראַק. דאָס איז איינע פֿון די וויכטיקע סיבות, פֿאַרוואָס די איראַנער האַלטן דעם סירישן אַזוי־גערופֿענעם „כאַליפֿאַט‟ פֿאַר שרעקלעכע שׂונאים.
דאַנקען גאָט, איז בײַ ייִדן נישטאָ אַזעלכע מיליטאַנטישע קריגערײַען צוליב די נסיעות צו קבֿרי־צדיקים. פֿונדעסטוועגן, ווערן בעת די ייִדישע מחלוקתן אויף דער דאָזיקער טעמע צומאָל באַנוצט פֿאַקטיש די זעלבע אַרגומענטן און שאַרפֿע רייד, מיט באַשולדיקונגען אין עבֿודה־זרה און כּפֿירה. אַזאַ מחלוקת פֿלאַקערט אין שײַכות מיט אַן אַנדער לאַנד, וווּ עס קומט איצט אויך פֿאָר אַ באַוואָפֿנטער קאָנפֿליקט — דהײַנו, אוקראַיִנע.
די בראַצלעווער אָדער ברעסלאָווער חסידים, ווי זיי רופֿן זיך הײַנט, גלייבן בפֿירוש, אַז די יערלעכע נסיעה צו רבי נחמן קיין אומאַן אויף ראָש־השנה איז אַ ריזיקע סגולה, ווײַל דער דאָזיקער צדיק האָט צוגעזאָגט צו העלפֿן יעדן, אַפֿילו די גרעסטע בעלי־עבֿירות; אַז אויב זיי וועלן קומען צו זײַן קבֿר, זאָגן דאָרטן צען געוויסע קאַפּיטלעך תּהילים, באַקאַנט ווי דער „תּיקון־הכּללי‟, און געבן אַ ביסל צדקה, וועט ער טאָן אַלץ, וואָס איז נאָר מעגלעך, צו העלפֿן זיי בגשמיות און ברוחניות, „בײַ די פּאות אַרויסצוציִען זיי פֿון גיהנום‟.
די בעלי־עבֿירות זענען טאַקע איינע פֿון די סיבות, פֿאַרוואָס נישט אַלע רבנים זענען צופֿרידן מיט די מאַסן־נסיעות קיין אומאַן. לכּבֿוד די ימים־נוראָים פֿאַרזאַמלען זיך דאָרטן, אַחוץ די חסידים, הונדערטער זונות פֿון גאַנץ אוקראַיִנע. דער מחבר פֿונעם באַקאַנטן בלאָג „פֿרומע סאַטירע‟ האָט באַמערקט, אַז די גאַסן־מיידלעך האָבן פֿאַקטיש געגרינגעט אַן אייגענע טראַדיציע צו פֿאָרן כּסדר אַהין לשם־פּרנסה. אַחוץ דעם ווילדן הפֿקר, געשלעגן, נאַרקאָטיק־האַנדל און אַנדערע סתּירותדיקע מעשׂים, זענען געוויסע רבנים אָבער אויך נישט צופֿרידן מיט דעם, וואָס די ייִדישע פּילגרימען ווענדן זיך מיט בקשות צו אַ טויטן.
מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָב איך זיך אָנגעטראָפֿן אויף אַ גאָר אַגרעסיוון ייִד, וועלכער האָט געטענהט, אויפֿן סמך פֿון געוויסע מתנגדישע רבנים, אַז די נסיעות צו קבֿרי־צדיקים זענען, כּלומרשט, אַ שרעקלעכע עבֿודה־זרה. דער דאָזיקער פּאַרשוין האָט צוגעגעבן, אַז די עכט ערנסטע מוסולמענער האַלטן אויך אַזוי, און אַז מע דאַרף טאַקע שטרענג פֿאַרווערן אַזעלכע נסיעות. ס׳איז נישט קיין נאָווינע, אַז בײַ ייִדן זענען פֿאַראַן חילוקי־דעות וועגן דעם דאָזיקן ענין, נאָר דער אַגרעסיווער טאָן, דערצו באַגלייט מיט אַ שבֿח פֿון די סירישע אויפֿשטענדלער האָט מיך פֿאַרחידושט. ס‘איז באַזונדערס מאָדנע צו דערהערן אַזאַ פֿאַרגלײַך פֿון אַ מענטש, וואָס לויבט די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע אולטראַ־רעכטע נאָכפֿאָלגער פֿון מאיר כּהנא.
אין די לעצטע יאָרן, האָבן זיך אין מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע קרײַזן פֿאַרשפּרייט אַזעלכע נעגאַטיווע שטימונגען, אָפֿט פֿאַרבונדן מיט דער קריטיק פֿון די ליובאַוויטשער און ברעסלאָווער חסידים. הרבֿ יובֿל שרלו, אַ באַקאַנטער רעליגיעז־ציוניסטישער טוער און דער מנהיג פֿון דער מיליטערישער „הסדר‟־ישיבֿה אין פּתח־תּיקווה, האָט מיט פֿינף יאָר צוריק פֿאַרדאַמט די נסיעות צו קבֿרי־צדיקים, און טאַקע אָנגערופֿן עס אַן „עבֿודה זרה‟.
דעם 8טן סעפּטעמבער, האָט די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע צײַטונג „דזשויִש פּרעס‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ טיף נעגאַטיוון אַרטיקל מיטן קעפּל „דער קולט פֿון אומאַן‟. דער מחבר פּרעזענטירט עס ווי אַ באַקאַנטן יסוד פֿון ייִדישקייט, אַז צו די טויטע טאָר מען זיך בשום־אופֿן נישט ווענדן. מיט אַ פּאָר וואָכן פֿריִער, האָט דער זעלבער מחבר, דאָני פֿאָקס, אָנגעשריבן אַן אַנדער אַרטיקל אויף דער זעלבער טעמע, וואָס קלינגט נאָך נעגאַטיווער.
אַן אַנדער קוואַל פֿון די דאָזיקע שטימונגען זענען אַזעלכע שאַרפֿע קענגער פֿון ליובאַוויטש, ווי פּראָפֿ׳ דוד בערגער, דער דעקאַן פֿונעם אָפּטייל פֿאַר ייִדישע שטודיעס בײַם ישיבֿה־אוניווערסיטעט. די ליובאַוויטשער האַלטן בפֿירוש, אַז מע מעג בעטן די טויטע, בפֿרט זייער רבין צי אַן אַנדער צדיק, זיי זאָלן מתפּלל זײַן פֿאַר די לעבעדיקע. הרבֿ דוד בר־חיים, דער ראָשי־ישיבֿה פֿונעם ירושלימער „מכון־שילה‟, אַן אַנדער באַקאַנטער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער און רעליגיעז־ציוניסטישער מנהיג, רופֿט זיך אָפּ געפֿערלעך שלעכט וועגן ביידע חסידישע גרופּעס, צוליב זייער באַשעפֿטיקונגען מיט די קבֿרי־צדיקים.
די ייִדישע חילוקי־דעת וועגן דעם זענען גאַנץ אַלט און שוין געווען באַקאַנט אין דער מיטל־עלטער. דער רמב״ם וואָלט געווען קעגן די אומאַנער נסיעות. להיפּוך, זענען אינעם „זוהר‟ פֿאַראַן בפֿירושע אויסדרוקן, לויט וועלכע אַ צדיק ווערט באַטראַכט נאָך זײַן פֿיזישער פּטירה ווי אַ לעבעדיקער מענטש אין אַלע אַספּעקטן. די קבלה־ספֿרים זענען פֿול מיט פֿאַרשיידענע מעשׂיות וועגן קאָמוניקאַציע מיט יענער וועלט, אָפֿט פֿאַרבונדן מיט ספּעציעלע הנהגות בײַ די קבֿרים.
אין די פּאָפּולערע מיזרח־אייראָפּעיִשע הלכה־קוואַלן טרעפֿן זיך היפּוכדיקע דעות וועגן דעם. הרבֿ אַבֿרהם דאַנציג, דער מתנגדישער מחבר פֿונעם ספֿר „חיי־אָדם‟, איז נישט געווען צופֿרידן מיט דעם, וואָס די פּשוטע ייִדן קומען כּסדר מיט זייערע בקשות אויף די קבֿרי־אָבֿות. הרבֿ שלמה גאַנצפֿריד, דער אונגערישער מחבר פֿונעם „קיצור־שולחן־ערוך‟, שטיצט דעם פֿאָלק־מינהג און זאָגט, אַז ס׳איז גוט צו גיין ערבֿ ראָש־השנה אויף אַ בית־עולם, כּדי צו דערמאָנען די נשמות פֿון די מתים, אַז זיי לאָזן דאַוונען פֿאַר אונדז. ער גיט אָבער צו, אַז ס׳איז נישט כּדאַי צו בעטן די טויטע אויף אַ דירעקטן אופֿן. די קעגנער באַציִען זיך אָבער מיט דרך־ארץ צום פֿאָלקס־מינהג און באַנוצן זיך נישט מיט שאַרפֿע לשונות.
להיפּוך, קוקט אַרײַן אין דער אַלטער חב״דסקער ווערסיע פֿונעם פּאָפּולערן ספֿר „מענה־לשון‟ — אַ זאַלמונג פֿון ספּעציעלע תּפֿילות, וואָס מע זאָגט בײַ די קבֿרים. דאָרט שטייט געשריבן אַ בפֿירושע בקשה צו אַ באַערדיקטן צדיק, וואָס הייבט זיך אָן מיט די ווערטער: „שלום עליכם, אַדונינו מורינו ורבינו, עליכם השלום‟. ס׳איז מערקווירדיק, אַז דער גאַנצער נוסח פֿון דער דאָזיקער בקשה איז אָנגעשריבן אין מערצאָל, אין סתּירה מיט די כּללים פֿונעם לשון־קודשדיקן דיקדוק. ווײַזט אויס, אַז אַזאַ נוסח שטאַמט פֿונעם ייִדישן „אירצן‟. מע ווענדט זיך דאָך צו אַ חשובֿן ייִדיש־רעדנדיקן ייִד; הגם זײַן נשמה רוט אינעם ליכטיקן גן־עדן, און מע רעדט מיט איר אויף דער הימלישער הייליקער שפּראַך, קלינגט די בקשה ווי אַ תּחינה אויף ייִדיש.
רבי ישעיה־אָשר־זעליג מרגליות, אַ גרויסער ירושלימער מקובל, האָט אָנגעשריבן אַ גאַנצן ספֿר לכּבֿוד אליהו הנבֿיא, וווּ עס ווערט דערמאָנט, אַז כּדי ער זאָל מתפּלל זײַן פֿאַר אונדז, זאָגט מען מוצאי־שבת ספּעציעלע זמירות, אַרײַנגערעכנט אַן אינטערעסאַנטע „מאַנטרע‟, וואָס באַשטייט פֿון אַלע מעגלעכע אותיות־קאָמבינאַציעס, וואָס באַקומען זיך פֿונעם נאָמען „אליהו‟ (למשל, „אילהו‟ אָדער „והילא‟). אין דעם פֿאַל, איז עס אַ מיסטישער געמיש פֿון אַ סגולה און אַ בקשה, אַדרעסירט צו אַ תּנ״כישן נבֿיא.
ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די קענגער פֿון די נסיעות צו די קבֿרי־צדיקים, ווײַזן אַרויס די נטיה אָפּצולייקענען די אַלטע פֿאָלק־טראַדיציעס לטובֿת זייערע אייגענע פֿונדאַמענטאַליסטישע רעקאָנסטרוקציעס פֿון כּלומרשט „ריינע יסודות‟ פֿון אמונה. למשל, ווען עמעצער האָט געפֿרעגט הרבֿ שרלו, צי ס׳איז כּדאַי אויפֿצולעבן די ייִדישע שפּראַך, האָט ער געענפֿטערט, אַז הגם ייִדיש איז באַטעמט, זעט ער נישט דערין קיין שום גײַסטיקע ווערט. ענלעך, טענהט בר־חיים, אַז דאָס באַנוצן זיך מיט דער אַשכּנזישער הבֿרה איז אַ גרויסער טעות און אַפֿילו אַן עבֿירה.
מע קאָן זאָגן, אַז אַזעלכע דעות זענען גופֿא אַן ענטפֿער אויף די דערמאָנטע חילוקי־דיעת. ס׳איז דווקא כּדאַי צו ווענדן זיך אָפֿטער צו די אַמאָליקע צדיקים, אינעם בוכשטעבלעכן און קולטורעלן זין, כּדי זיך צו דערמאָנען, אַז די אַלטע היימישע מינהגים, אַרײַנגערעכנט דאָס לשון, זענען זיכער אַ טייל פֿון ייִדישקייט, ווי עס ווײַזט אַפֿילו דער נוסח פֿונעם דערמאָנטן ליובאַוויטשער תּפֿילה־ספֿר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.