געוויינטלעך, ווערט אַ בית־עולם אַסאָציִיִרט שטילקייט מיט מנוחה, מיט דער לעצטער רו פֿון די, וואָס זענען אַוועק פֿון אונדז אויף יענער וועלט. עס שטייט אָבער געשריבן אין גמרא, אַז אַ טויטער צדיק ווערט פֿאַררעכנט פֿאַר אַ לעבעדיקן מענטש. אַדרבה, ווי עס ווערט דערקלערט אין די ספֿרי־חסידות, ווערט אַ צדיק נאָך זײַן פּטירה אַפֿילו מער לעבעדיק — נישט בלויז אין הימל, נאָר אויך בגשמיות. צום באַדויערן, זענען אין דער געשיכטע באַקאַנט פֿאַרשיידענע פֿאַלן, ווען די איבעריקע מענטשלעכע לעבעדיקייט אַרום געוויסע טויטע קאָן גורם זײַן סתּירות, מהומות און אַפֿילו מלחמות.
אין סיריע און איראַק איז לעצטנס אויפֿגעקומען אַ נײַע גרופּע איסלאַמישע מיליטאַנטן, וועלכע האָט דערקלערט, אַז זי האָט, כּלומרשט, געשאַפֿן אַן אייגענעם כאַליפֿאַט. צוליב דעם, וואָס זי סטראַשעט צו באַשטראָפֿן די, וואָס זענען נישט מסכּים מיט אירע דעות, און פֿירט טאַקע דורך בלוטיקע אַקציעס קעגן אירע קעגנער, איז זי היפּש דערעסן געוואָרן די אַרומיקע לענדער, אַרײַנגערעכנט די גאָר קאָנסערוואַטיווע סאַודיע.
אין דער מערבֿדיקע פּרעסע ווערט זעלטן דערמאָנט, אַז צווישן די הנהגות, וואָס דער אַזוי־גערופֿענער „כאַליפֿאַט‟ שטרעבט מיט גוואַלד צו פֿאַרווערן, איז דער ברייט פֿאַרשפּרייטער מוסולמענישער מינהג צו באַזוכן די קבֿרים פֿון געוויסע גרויסע מענטשן, כּדי צו בעטן זיי תּפֿילה צו טאָן לטובֿת די לעבעדיקע. די מיליטאַנטישע קנאָים טענהן, אַז אַזאַ מינהג איז אַ בפֿירושע עבֿודה־זרה, וואָס פֿאַרדינט אַ טויט־שטראָף. לויט זייער שיטה, מוזן די מענטשן זיך ווענדן מיט זייערע בקשות צום באַשעפֿער אַליין, אָן קיין פֿאַרמיטלער.
אין סאַודיע פּסקנט מען אויך, אַז מע טאָר נישט בעטן די טויטע אויף די קבֿרים. זיי גייען אָבער נישט אַזוי ווײַט, ווי די סירישע עקסטרעמיסטן. אַ סך אַנדערע סוניטן האַלטן דווקא יאָ פֿונעם קבֿרים־פּילגרימאַזש, און אינעם שיִיִטישן איראַן זענען אַזעלכע נסיעות גאָר פּאָפּולער און אָנגענומען ווי אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער אמונה. בײַ די שיִיִטן זענען פֿאַראַן גאַנצע ביכער, וואָס דעקלערן, ווי אַזוי מע זאָל זיך בעסער ווענדן מיט אַ בקשה צום נבֿיא מוכאַמאַד, זײַנע קרובֿים און זײַנע חסידים. אַדרבה, אין דער שיִיִטישער הייליקער שטאָט קאָם געפֿינט זיך איינער פֿון די הויפּט־צענטערס פֿון אַזעלכע נסיעות — דער קבֿר פֿון פֿאַטימאַ מאַסומע, מוכאַמאַדס אַן אייניקל פֿונעם זיבעטן דור, וואָס די איראַנער האַלטן זי פֿאַר אַ זעלטענער צדיקת. אַ סך וויכטיקע שיִיִטישע קבֿרי־צדיקים געפֿינען זיך אין סיריע און איראַק. דאָס איז איינע פֿון די וויכטיקע סיבות, פֿאַרוואָס די איראַנער האַלטן דעם סירישן אַזוי־גערופֿענעם „כאַליפֿאַט‟ פֿאַר שרעקלעכע שׂונאים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.