אורי־צבֿי גרינבערגס מלחמה־ליריק

Uri Zvi Grinberg’s Wartime Poetry

אורי־צבֿי גרינבערג
אורי־צבֿי גרינבערג

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published September 12, 2014, issue of October 10, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

עס קלינגט װי אַ פּאַראַדאָקס, אַז דװקא אַ ייִדישער דיכטער און אַן עסטרײַכישער סאָלדאַט באַװײנט די צעשטערטע סערבישע פּראַװאָסלאַװנע קלויסטערס און אַפֿילו רופֿט זײ „מקדשים‟.

אין אַ ליד, װאָס איז אַרײַן אין זײַן צװײטן זאַמלבוך „אין צײַטנס גערױש‟ (1919), באַזינגט גרינבערג צװײ נאַציאָנאַלע „װײטיקן‟ — דעם סערבישן און דעם ייִדישן: „פֿאַר נאַכט איז, פֿאַר נאַכט איז, עס שפּילן גוסלאַרן / סערביעס װײטיק אַרײַן אין מײַן בלוט, / אַרײַן אין מײַן קאָפּ. / און ייִדישער װײטיק: מײַן װײַבס און מײַן מאַמעס, / גײט אױף אין געהירן און מאַכט מיך משוגע / אַ דאָ — אין די בערג.‟ זײַן מיטלײַד פֿאַר דעם סערבישן „װײטיק‟ זעט אױס גאַנץ מאָדנע, אין פֿאַרגלײַך מיט זײַנע שפּעטערע לידער, בפֿרט מיט זײַן מאַניפֿעסט „בײַם שלוס. װײטיקן־הײם אױף סלאַװישער ערד‟, גרינבערגס זײַ־געזונט צו אײראָפּע: „גאַנץ אײראָפּע שטײט מיט צלמים אונדז איבערגעװאַקסן און אין דעם שאָטן פֿון פּחד װױנען מיר.‟

די צלם־געשטאַלט האָט אין משך פֿון פֿינף יאָר, צװישן 1919 און 1924, באַקומען גאָר אַן אַנדערן באַטײַט אין גרינבערגס דיכטונג. פֿון אַ סימן פֿון צעשטערן דעם סערבישן מיקדש איז דער צלם מגולגל געװאָרן אין אַ סימבאָל פֿון דער אײראָפּעיִשער שׂינאת־ישׂראל. לױט דער מײנונג פֿונעם ליטעראַטור־פֿאָרשער דן מירון, איז דער איבערקער אין גרינבערגס דיכטערישן װעלטבאַנעם פֿאָרגעקומען אַרום 1921, און האָט צו טאָן מיטן סטיליסטישן איבערגאַנג פֿון נעאָ־ראָמאַנטישן אימפּרעסיאָניזם צו אַװאַנגאַרדיסטישן עקספּרעסיאָניזם. גרינבערג האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון דער אײראָפּעיִשער ראָמאַנטישער בילדערישקײט און האָט אַנטװיקלט אַן אײגענע דיכטערישע שפּראַך, פֿול מיט כּעס און פּראָטעסט.

צום סוף פֿון דער מלחמה איז גרינבערג אַנטלאָפֿן פֿון דער אַרמײ אַהײם קײן לעמבערג. װען די פּױלישע לעגיאָנערן האָבן פֿאַרנומען די שטאָט אין 1919, האָבן זײ געמאַכט אַ בלוטיקן פּאָגראָם, און גרינבערג איז על–פּי־נס ניצול געװאָרן. ער האָט פֿאַרלאָזט לעמבערג, געלעבט אין װאַרשע און בערלין, און סוף 1924 געקומען קײן ארץ־ישׂראל, װוּ ער איז אַריבער אױף העברעיִש. דװקא אין זײַן העברעיִשער דיכטונג הערן זיך װידער יענע מיליטאַנטישע, ראָמאַנטישע מאָטיװן, װאָס באַװײַזן זיך לכתּחילה אין זײַנע לױב־געזאַנגען פֿאַרן סערבישן פֿאָלק און זײַן גבֿורה. אַװדאי, איצט שרײַבט ער װעגן דעם ייִדישן קאַמף פֿאַר זײער הײמלאַנד, אָבער די דיכטערישע שפּראַך, אימאַזשן און שטימונגען שעפּט ער פֿון זײַן פֿריִערדיקער מלחמה-דערפֿאַרונג אױף די באַלקאַנען.