אַ טעסט פֿאַר דעמאָקראַטיע

A test for democracy

פּראָ־רוסישע דעמאָנסטראַנטן מיט די אָראַנזש־שוואַרצע פֿאָנען פֿונעם רוסלענדישן מיליטער טראָגן דעם פּלאַקאַט: „מיר וועלן באַפֿרײַען אוקראַיִנע פֿון דער אַמעריקאַנער אָקופּאַציע‟.
Getty Images
פּראָ־רוסישע דעמאָנסטראַנטן מיט די אָראַנזש־שוואַרצע פֿאָנען פֿונעם רוסלענדישן מיליטער טראָגן דעם פּלאַקאַט: „מיר וועלן באַפֿרײַען אוקראַיִנע פֿון דער אַמעריקאַנער אָקופּאַציע‟.

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published September 14, 2014, issue of October 10, 2014.

די טעג האָב איך גערעדט מיט אַ יונגער פֿרוי, וואָס לערנט זיך אין אונדזער אוניווערסיטעט-אָפּטייל און שרײַבט אַ דאָקטער-דיסערטאַציע. דעם זומער איז זי געפֿאָרן קיין ווײַסרוסלאַנד און רוסלאַנד, אַ קוק צו טאָן אויף די ערטער, פֿון וואַנען עס שטאַמט איר זיידע. בעת דער נסיעה האָט זי גערעדט מיט אייניקע היגע לײַט, וואָס האָבן געקענט ענגליש. אויף איר האָט געמאַכט אַ באַזונדערס שווערן אײַנדרוק אַפֿילו ניט אַזוי די גרייטקייט פֿון כּמעט אַלע אירע מיטשמועסער צו לויבן פּוטינען, ווי זייער ניט וועלן צו הערן קיין שום אַרגומענטן פֿון דעם אַנדערן צד. זי האָט אויך באַמערקט בײַ אַ סך אַן אָפֿענע שׂינאה צו די אוקראַיִנער. איינע, אַ פֿרוי פֿון ווײַסרוסלאַנד, האָט איר פּשוט געזאָגט, אַז זיי, די אוקראַיִנער, „פֿאַרדינען ניט צו האָבן דעמאָקראַטיע‟.

מיר איז אינטערעסאַנט, וואָס פֿאַר אַן אינהאַלט האָט די דאָזיקע ווײַסרוסישע תּושבֿטע אַרײַנגעלייגט אין דעם באַגריף פֿון „דעמאָקראַטיע‟. די זאַך איז, אַז מײַן לאַנג־יאָריקע דערפֿאַרונג פֿון לייענען די ייִדישע פּרעסע, געדרוקט אין אַמעריקע זינט סוף 19טן יאָרהונדערט, ווײַזט זייער בולט, אַז אַ גרויסער, צי אַפֿילו דער גרעסטער, טייל פֿון די מיזרח-אייראָפּעיִשע אימיגראַנטן האָבן ניט געזען קיין ווערט אין דעמאָקראַטיע. דאָס זעלבע זע איך, שוין אויך אין משך פֿון אַ שיין ביסל יאָרן, צווישן די אימיגראַנטן, וועלכע זײַנען אין די לעצטע דרײַ יאָרצענדליק געקומען פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. דעם מענטש, וואָס איז אויסגעהאָדעוועט געוואָרן אין אַן אויטאָריטאַרער צי טאָטאַליטאַרער געזעלשאַפֿט, קומט אָן שווער צי אוממעגלעך צו טאָלערירן אידעאָלאָגישע פֿאַרשיידנקייטן.

אין רוסלאַנד גופֿא איז דער קרײַז מענטשן, וואָס האַלטן פֿון דעמאָקראַטישע פּרינציפּן, נאָך קלענער. דאָרטן פֿאַרטראָגט מען ניט קיין אַנדער מיינונג. אין דער אינטערנעץ דרייט זיך אַ קורצער ווידעאָ, וואָס ווײַזט ווי אין פּעטערבורג, „דער קולטורעלער הויפּטשטאָט פֿון רוסלאַנד‟ (מיט אַזאַ צונעמעניש גרייסט זיך דער כּרך), זײַנען פֿאַרבײַגייער אָנגעפֿאַלן אויף אַ פֿרוי, וועלכע איז אַרויס מיט אַ פּלאַקאַט, רופֿנדיק אונטערצוהאַלטן אוקראַיִנע. (//www.youtube.com/watch?v=FH5SG8TGBGY#t=64) אַגבֿ, לעבן דער ביבליאָטעק פֿון דעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט שטייט איצט אַ יאַט, וואָס האַלט אַ גרויסן פּלאַקאַט: „ייִדן האָבן פֿאַרכאַפּט די אינטערנעץ‟. קיינער טשעפּעט אים ניט. פּונקט אַזוי ווי מע טשעפּעט ניט אַנדערע פּלאַקאַט-טרעגער, פֿון כּלערליי אידעאָלאָגישע (ווי אויך פּסיכאָפּאַטישע) ריכטונגען.

איך געדענק ניט, צי איך האָב שוין געשריבן, אַז בײַם לייענען אַלטע נומערן פֿון „פֿאָרווערטס‟ האָב איך, זוכנדיק מאַטעריאַלן פֿאַר אַן אַנדער טעמע, זיך אָנגעשטויסן אויף דער הייסער דיסקוסיע, וועלכע האָט זיך געפֿירט אין יאָר 1936 מכּוח דער סאָוועטישער קאָנסטיטוציע, וואָס האָט באַקומען דעם נאָמען פֿון דער „סטאַלינישער קאָנסטיטוציע‟. דער וויכּוח האָט זיך געדרייט, דער עיקר, אַרום איין פֿראַגע, דהײַנו: דעמאָקראַטיע, און צי מע קען עס האַלטן פֿאַר אַ דעמאָקראַטישער קאָנסטיטוציע, וועלכע האָט דערלויבט צו עקזיסטירן נאָר איין פּאַרטיי.

געחידושט האָט מיך דער פֿאַקט, וואָס אַ העלפֿט פֿון די בערך אַכציק בריוו, צוגעשיקט אין דער רעדאַקציע, זײַנען געווען אָנגעשריבן דורך די לייענער, מיזרח-אייראָפּעיִשע אימיגראַנטן, וועלכע האָבן דווקא געשטיצט די איין־פּאַרטיייִשע, דאָס הייסט, ניט קיין דעמאָקראַטישע, סיסטעם. אַזעלכע אַנטי-דעמאָקראַטיש געשטימטע לײַט האָבן באַפֿעלקערט די רייען פֿון אָנהענגער פֿון דעם סאָוועטישן רעזשים. און דעמאָלט, ווי הײַנט, האָבן קיין אַרגומענטן, בדרך-כּלל, ניט געהאָלפֿן.

וואָס שייך די הײַנטיקע אַמעריקאַנער אָנהענגער פֿון דעם רוסישן רעזשים, שפּילט צווישן זיי אַן אָנגעזעענע ראָלע דער ניו-יאָרקער פּראָפֿעסאָר סטיווען כּהן, וועלכער האַלטן אין איין שרײַבן הייסע פּראָ-פּוטינישע אַרטיקלען אין דעם זשורנאַל The Nation, רעדאַקטירט דורך זײַן פֿרוי (זי איז אויך די באַלעבאָסטע פֿון דער אויסגאַבע). לויט זײַן לאָגיק, איז אַמעריקע שולדיק אין דער גאַנצער איבערקערעניש, וואָס קומט איצט פֿאָר אין אוקראַיִנע, און אין דער גאָרער וועלט בכלל. דער פּראָפֿעסאָר-היסטאָריקער חזרט איבער די אַרגומענטן פֿון דער רוסישער פּראָפּאַגאַנדע, באַשרײַבנדיק די הײַנטיקע אוקראַיִנישע רעגירונג ווי אַגרעסאָרן. אינטערעסאַנט, אַז כּהן ציטירט דעם אַמעריקאַנער סענאַטאָר דאַניעל מויניהאַן, וואָס האָט אַ מאָל געזאָגט: „יעדן מענטשן איז דערלויבט צו האָבן אייגענע מיינונגען, אָבער ניט אייגענע פֿאַקטן‟. אָבער ער אַליין, כּהן, שפּילט זיך מיט פֿאַקטן. קודם-כּל, פֿאַרשווײַגט ער אָדער, לכל-הפּחות, מינימיזירט ער דעם פֿאַקט פֿון דער אָפֿענער אַגרעסיע מצד רוסלאַנד.

הײַנטיקע טעג איז שטילער געוואָרן אין אוקראַיִנע. ס‘איז קלאָר, אַז די סאַנקציעס, און נאָך מער — די סכּנה פֿון נײַע סאַנקציעס, האָבן פֿון דעסטוועגן אַ ביסל אָפּגעקילט די מאָסקווער פֿירער; קודם-כּל, פּוטינען. צוריק גערעדט, באַשטעטיקט די דאָזיקע שטילקייט, אַז דווקא רוסלאַנד פֿירט אָן מיט די סעפּאַראַטיסטישע כּוחות, וואָס האָבן נאָך אַ באַפֿעל פֿון מאָסקווע, אויפֿגעהערט צו שיסן. אָבער, לויט אַלע סימנים, וועט דער קאָנפֿליקט זיך ציִען נאָך אַ לענגערע צײַט, יאָרנלאַנג, אַזוי ווי ער ציט זיך אין אַנדערע ווינקלען פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד — אין גרוזיע, אין מאָלדאָווע, ווי אויך אין אַרמעניע און אַזערבײַדזשאַן, ווײַל עס לוינט מאָסקווע צו האָבן אַזעלכע „פֿאַרפֿרוירענע קאָנפֿליקטן‟ און מיט זיי מאַניפּולירן.

בינו-לבינו, גייט דורך — און וועט נאָך מוזן דורכגיין ניט איין מאָל — אַ טעסט אויף דעמאָקראַטיע אין אוקראַיִנע גופֿא. ס‘איז קלאָר, אַז אַ גרויסער טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג איז געשטימט אַן ערך אַזוי, ווי אין רוסלאַנד; בײַ זיי רופֿט אַרויס אַ שוידער דער געדאַנק, אַז די „שעדלעכע השפּעה‟ פֿון די מערבֿדיקע ווערטן וועט אָפּסמען זייער לעבן. טויזנטער פֿון זיי זײַנען אַזוי איבערגעשראָקן, אַז זיי זײַנען גרייט צו גיין זיך שלאָגן און אַפֿילו שטאַרבן אין דעם קאַמף קעגן די פּראָ-מערבֿדיקע כּוחות.