(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַ דאַנק סוצקעווער, איז רות ווײַס בכלל געוואָרן אַ פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, ווי זי האָט דערציילט אין אַן אַרטיקל מיט אַ פּאָר יאָר צוריק. ווען סוצקעווער איז געקומען פֿון ישׂראל קיין מאָנטרעאָל אויף אַ וויזיט אין 1959, האָט ער זי געפֿרעגט וועגן אירע פּלענער פֿאַר אַ קאַריערע. הערנדיק, אַז זי וויל שטודירן די ענגלישע ליטעראַטור, האָט ער זי געפֿרעגט: „פֿאַר וואָס ניט די ייִדישע ליטעראַטור?‟ ווײַס האָט זיך פֿאַרחידושט פֿון איר אייגענעם ענטפֿער: „וואָס זאָל איך לערנען —שלום־עליכען?‟ די באַליידיקונג און דער ביטול צו ייִדיש, וואָס זי האָט אַנטדעקט בײַ זיך, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס זי איז דערצויגן געוואָרן אין אַ ייִדיש־קולטורעלער סבֿיבֿה, מיט אַ ליטעראַרישן סאַלאָן אין דער היים, האָט זי באַשלאָסן מיט אַ פּאָר טעג שפּעטער אַרײַנצושיקן אַן אַפּליקאַציע צו שטודירן אין קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט, וואָס האָט דעמאָלט געהאַט די איינציקע ייִדיש־פּראָגראַם אין צפֿון־אַמעריקע.
ס׳איז צו פֿיל איבערצוגעבן אַלע פּרטים פֿון פּראָפֿ’ ווײַס לעקציע — דער ייִוואָ וועט מירצעשעם בקרובֿ אַרויפֿשטעלן דעם ווידעאָ אויף זײַן וועבזײַטל. דער עיקר איז געקומען צום סוף, ווען ווײַס האָט אַנאַליזירט דאָס באַקאַנטע ליד, וואָס סוצקעווער האָט אָנגעשריבן נעענטער צום סוף פֿון זײַן קאַריערע, „ווער וועט בלײַבן? וואָס וועט בלײַבן?‟ זי האָט פֿאַרבעטן די צוהערער צו טראַכטן אויף אַ קול און צו העלפֿן אויסטײַטשן דאָס ליד, אָבער מיר האָבן זיך קענטיק דערשראָקן פֿאַר דער דאָזיקער עקסיסטענציעלער פֿראַגע: קיינער פֿונעם עולם, פֿון די צענדליקער דאָקטאָראַנטן און פּראָפֿעסאָרן, האָט זיך ניט דערוועגט צו געבן אַן ענטפֿער.
פֿאַרשטייט זיך, אַז סוצקעווערס ענטפֿער צום סוף, „גאָט וועט בלײַבן‟, באַפֿרידיקט ניט אונדזערע סקעפּטיקער און העלפֿט ניט צו פֿיל אין שײַכות מיט דער פֿראַגע, וואָס שטייט אויבנאָן כּסדר בײַ אַלע ייִדישיסטישע באַגעגענישן: דער קיום פֿון ייִדיש. הײַנט, עטלעכע יאָר נאָך סוצקעווערס פּטירה, קענען מיר שטעלן די פֿראַגע אַ ביסל אַנדערש, שוין אין דער איצטיקער צײַט: ווער איז געבליבן? וואָס איז געבליבן? נו, מיכל און מילי באַראַן זײַנען געבליבן, זיי צו לענגערע יאָר. דער ייִוואָ און דער „פֿאָרווערטס‟ זײַנען געבליבן, כאָטש אין אַן אַנדער פֿאָרעם. דער ייִדיש־לימוד אין קאָלאָמביע און אין אַנדערע אוניווערסיטעטן איז געבליבן. אָבער אַרום און אַרום, אין פֿאַרגלײַך מיט דעם, וואָס ס׳איז געווען אין ווילנע, אָדער אַפֿילו אין ישׂראל, ווען סוצקעווער האָט אָנגעשריבן דאָס ליד, איז ניט געבליבן קיין סך. מע קען זאָגן מיט אים, אַז געבליבן איז „אַ ווינט‟, אָדער „די בלינדקייט פֿונעם בלינדן, וואָס פֿאַרשווינדט‟. ס׳איז געבליבן „אַ שנירל שוים‟, „אַ סימן פֿונעם ים‟, וואָס ייִדיש איז פֿריִער געווען. אפֿשר איז אויך געבליבן גאָט — נאָר דערווײַל גיט ער ניט קיין געלט, כּדי אויפֿצוהאַלטן די ייִדישע שפּראַך און קולטור.
אָבער צו דעם אַלעמען, אַזוי ווי די לעקציע האָט געוויזן, איז נאָך געבליבן אַ ברייטער אינטערעס צו ייִדיש בײַם הײַנטיקן דור, און אַפֿילו אַ פֿרישע כוואַליע ייִדישיזם בײַ די יונגע „יוגנטרופֿניקעס‟. בײַם הײַנטיקן טאָג, ווען ס׳איז געבליבן אַזוי ווייניק, דאַרף מען אפֿשר אָנהייבן פֿרעגן מער אָפּטימיסטיש: וואָס וועט אויפֿקומען?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.