(די 2 טע זײַט פֿון 2)
בעת דער מלחמה האָט די שאָטלענדישע רעגירונג אַרויסגעלאָזט נישט ווייניקער ווי אַכט דערקלערונגען, קריטיקירנדיק די ישׂראלדיקע אַקציעס אין עזה. דעם 5טן אויגוסט האָט זי גערופֿן פֿאַר אַ וואָפֿן־עמבאַרגאָ קעגן ישׂראל, ווי אַ פּראָטעסט קעגן דער הויכער צאָל אומגעבראַכטע ציווילע לײַט אין עזה. במשך פֿון איין טאָג אין אויגוסט האָט די גלאַזגאָ־מוניציפּאַליטעט אַפֿילו אַרויפֿגעצויגן די פּאַלעסטינער פֿאָן איבערן שטאָטהויז.
„איך קען מענטשן, וועלכע האָבן לכתּחילה פּלאַנירט צו שטימען „יאָ‟, אָבער וועלן איצט שטימען „ניין‟, און טאַקע צוליב דער אָבסעסיע מיט ישׂראל און דעם מיטעלן מיזרח,‟ האָט באָראָווסקי געזאָגט דער ייִט״אַ.
דעם זומער איז דער אַנטיסעמיטיזם אויך געשטיגן. מער ווי 35 אַנטיסעמיטישע אַקציעס זענען פֿאָרגעקומען אין יולי און אויגוסט, אין פֿאַרגלײַך מיט 14 איצידענטן במשך פֿונעם גאַנצן יאָר 2013. הגם די SNP, וואָס פֿירט אָן מיט דער אומאָפּהענגיקייט־קאַמפּאַניע, האָט עפֿנטלעך פֿאַרדאַמט אַנטיסעמיטיזם, זאָרגן זיך אַ טייל ייִדן, אַז דער נאַציאָנאַליזם פֿאַרבונדן מיט דער קאַמפּאַניע האָט אַרויסגערופֿן אַ באַהאַלטענע אַנטיפּאַטיע צו ייִדן.
„איך זאָג נישט, אַז די SNP איז גלײַך ווי די נאַציאָנאַליסטישע פּאַרטייען אין דײַטשלאַנד, אָבער אין יעדער נאַציאָנאַליסטישער גרופּע געפֿינט זיך אַן עלעמענט, וואָס באַשולדיקט די מינאָריטעטן אין אַלע צרות.‟ געוויסע שאָטלענדישע ייִדן זאָגן, אַז זיי פֿילן בכלל אַ נעענטערע פֿאַרבינדונג מיט בריטאַניע ווי מיט שאָטלאַנד. אין פֿאַרגלײַך מיט די אײַנגעזעסענע שאָטלענדישע משפּחות, וואָס שטאַמען אָפּ פֿון די אַמאָליקע שבֿטים פֿון לאַנד, האָבן אַ סך ייִדן אימגירירט אַהער פֿון מיזרח־אייראָפּע בלויז מיט 100 יאָר צוריק — 200 יאָר נאָך דעם ווי ענגלאַנד און שאָטלאַנד האָבן זיך פֿאַראייניקט אין 1707.
„קיינער פֿון מײַן משפּחה איז נישט געווען דאָ אין 1707,‟ האָט באַמערקט דזשאָעל קאָן, אַ ייִדישער בירגער פֿון שאָטלאַנד.
די ייִדן, וועלכע שטיצן יאָ די אומאָפּהענגיקייט, זאָגן, אַז דער קאַמף איז ענלעך צום אייביקן ייִדישן בענקען נאָך ארץ־ישׂראל. די שאָטלענדישע נאַציאָנאַליסטן האָבן געלעכצט נאָך אומאָפּהענגיקייט זינט די ערשטע אויפֿשטאַנדן קעגן דער ענגלישער הערשאַפֿט אינעם 13טן יאָרהונדערט, פּונקט ווי די ייִדן אין גלות האָבן הונדערטער יאָרן געחלומט פֿון ציון.
דזשאָו גאָלדבלאַט, אַ טעקסאַס־געבוירענער, וועלכער האָט הײַיאָר באַקומען די שאָטלענדישע בירגערשאַפֿט, האַלט, אַז די אומאָפּהענגיקייט וועט זײַן גוט פֿאַר ייִדן. „ס׳איז מיר אַ חידוש ווען איך זע ווי מײַנע ייִדישע ברידער און שוועסטער שרעקן זיך פֿאַר אַן ענדערונג,‟ האָט ער געזאָגט. „ס׳איז גלײַך ווי די אַמאָליקע צײַטן, ווען בני־ישׂראל האָבן געזאָגט: ׳נו, פּרעה איז ביז איצט געווען גאַנץ גוט צו אונדז. לאָמיר נישט ריזיקירן׳.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.