**נישט לאַנג צוריק איז דורכגעגאַנגען דער הײַיאָריקער אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיוואַל „אַשכּנז‟ אין טאָראָנטאָ. צווישן דער פֿאַרשיידנאַרטיקער פּראָגראַם האָט אַ באַזונדער אָרט פֿאַרנומען דער נײַער פֿילם וועגן דעם באַקאַנטן ייִדישן זינגער עמיל גאָראָוועץ. מיר האָבן געבעטן די אַלמנה, אירענאַ גאָראָוועץ, זיך צו טיילן מיט אירע איבערלעבונגען, פֿאַרבונדן מיט עמיל גאָראָוועץ און דעם פֿילם. **
דער גורל האָט מיר געשענקט אַ מתּנה — איך האָב געהאַט דאָס מזל חתונה צו האָבן מיט אַ זעלטענעם מענטש, אַ טאַלאַנטירטער אַקטיאָר, זינגער און קאָמפּאָזיטאָר.
אין די 1960ער יאָרן אין מאָסקווע האָט קיין איין יום־טובֿדיקע טעלעוויזיע־פּראָגראַם זיך נישט באַגאַנגען אָן זײַן באַטייליקונג; אויף דעם ראַדיאָ, כּמעט יעדן זונטיק האָט מען געקאָנט הערן אַ נײַ ליד, געזונגען פֿון עמיל גאָראָוועץ. צום באַדויערן, האָט זײַן באַשיידנקייט, ווי אויך די דעמאָלטיקע טעכנישע מיטלען, נישט דערמעגלעכט צו פֿאַרהיטן ס‘רובֿ פֿון זײַנע אויפֿטריטן. צו פֿאָטאָגראַפֿירן זיך האָט ער נישט ליב געהאַט; נאָר דעמאָלט, ווען קיין אַנדער ברירה איז שוין נישט געווען — פֿאַר די אַפֿישן אָדער פּלאַטעס; אַ סך פֿון דעם, וואָס מ׳האָט געוויזן אויף דער טעלעוויזיע, איז נאָך זײַן פֿאַרלאָזן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, פֿאַרניכטעט געוואָרן.
נישט געקוקט אויף דעם גרויסן אונטערשייד אין עלטער, דערציִונג און לעבנס־שטייגער, האָבן מיר געקוקט און אויפֿגענומען די וועלט מיט די זעלבע אויגן; מיר זײַנע ביידע געווען פֿאַרכאַפּט מיט דער שאַפֿערישער אַרבעט. וועגן אונדז וואָלט מען געקאָנט זאָגן, אַז „זיי האָבן געלייענט אין די קינדער־יאָרן די זעלבע ביכער‟. מיר האָבן פּלוצעם אַנטפּלעקט, אַז אונדזער געשמאַק, אינטערעסן, און אַפֿילו געוווינטשאַפֿטן — פֿאַלן צונויף.
מעגלעך דערפֿאַר איז אונדזער טרעפֿונג — לײדער, זייער אַ פֿאַרשפּעטיקטע — געוואָרן פֿאַר אונדז ביידן אַ געגאַרטע מתּנה פֿון גורל! עס פֿלעגט זיך טרעפֿן, אַז עמיל האָט נאָר אַרויסגעזאָגט עטלעכע ווערטער, און איך האָב שוין געוווּסט, וואָס ער וויל זאָגן ווײַטער; ס׳איז צו מאָל דערגאַנגען ביז געלעכטער, ווען אונדזערע געדאַנקען און געפֿילן האָבן זיך איבערגעפֿלאָכטן. מיט איין וואָרט, איך האָב געטראָפֿן אויף מײַן לעבנס־וועג אַ מענטש, וואָס איז געוואָרן מיר אַזוי טײַער און נאָענט, אַז כ׳האָב נישט געקאָנט זיך גענוג אָפּגעבן דעם חשבון, ווי גרויס איז זײַן טאַלאַנט, וואָס געהערט נישט בלויז מיר, נאָר טויזנטער און טויזנטער זײַנע אָנהענגער.
מיר האָבן אָנגעהויבן צוזאַמען צו סיסטעמאַטיזירן זײַן גרויסן אַרכיוו. כ׳פֿלעג גאַנצע טעג הערן זײַנע פּלאַטעס און טאַשמעס, צוגרייטן די ראַדיאָ־פּראָגראַמען אויף דער ייִדישער ראַדיאָ־סטאַנציע אין ניו־יאָרק WEVD; כ‘האָב געעפֿנט פֿאַר זיך אַלץ נײַע זײַטן פֿון זײַן וואָקאַלישן, אַקטיאָרישן און קאָמפּאָזיטאָרישן טאַלאַנט. זײַן שטים האָט געקלונגען בײַ אונדז אין דער דירה פֿון אין דער פֿרי ביז שפּעט אין אָוונט. צו מאָל פֿלעגט עמיל אַרײַנגיין אין צימער און דעליקאַט אַ פֿרעג טאָן: „מאַדאַם גאָראָוועץ, איר זײַט נאָך נישט מיד געוואָרן צו הערן דעם זינגער גאָראָוועץ? לאָזט אים אַ ביסל זיך אָפּרוען! לאָמיר, בעסער, הערן ווי עס זינגט פּאַוואַראָטי, אָדער פּלאַסידאָ דאָמינגאָ, אָדער דײַן באַליבטן שאָפּען און ראַכמאַנינאָוו…‟ מוזיק האָט זיך שטענדיק געהערט אין אונדזער היים. ער אַליין פֿלעגט זינגען יעדן טאָג — רעפּעטירן, זיך צוגרייטן צו זײַנע אויפֿטריטן, טראַנסמיסיעס. נאָך אַלעמען, פֿלעגט ער צוגיין צו מיר און פֿרעגן: „ווי געפֿעלט עס דיר, כ׳האָב שוין פֿאַרדינט בײַ דיר אַ פּאָרציע אײַזקרעם?‟
כ׳פֿלעג נישט איין מאָל טענהן צו עמיל, אַז זײַן לידער־אוצר, די הונדערטער טאַשמעס, דאַרפֿן זיך נישט וואַלגערן אויף די פּאָליצעס, נאָר פֿאַרוואַנדלט ווערן אין פּלאַטעס, מענטשן זאָלן זיי הערן… די אומדערוואַרטע געזונט־פּראָבלעמען בײַ עמילן האָבן אָבער אונדז נישט דערמעגלעכט אַרויסצולאָזן נײַע אַלבאָמען מיט זײַנע לידער.
דעם 17טן אויגוסט 2001 איז עמיל אַוועק אין דער אייביקייט. כ‘האָב עס נישט געקאָנט באַנעמען — כ׳בין געוואָרן אַן אַלמנה. אין איין רגע איז אַלץ צעשטערט געוואָרן: אונדזער מזל, שאַפֿערישע פּלענער, טרוימען…
נאָך אַ שטיקל צײַט האָב איך געפּרוּווט צו גרינדן אַ פֿאָנד פֿון זײַן שאַפֿערישער ירושה. ס׳האָט זיך אַנגעזאַמלט אַ ריזיקער מאַטעריאַל, וואָס וואָלט געקאָנט צוניץ קומען מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע אינטערעסן: מוזיקאַלישע, קולטורעלע, פּאָעטישע וכדומה. אַוודאי, אַרויסצוהייבן דאָס אַלץ, האָבן זיך געפֿאָדערט מענטשלעכע און פֿינאַנציעלע רעסורסן.
בשעת דער אַרבעט, האָב איך אַליין אָנגעהויבן מער פֿאַרשטיין, אַז צו הערן עמילס שטים איז נישט גענוג, מע דאַרף אויך זען ווי ער זינגט. ווי געזאָגט, קיין סך וויזועלן מאַטעריאַל האָב איך נישט געהאַט, דערצו איז נאָך זייער קוואַליטעט געווען ווײַט נישט די בעסטע. פֿון דעסטוועגן, איז געקומען דער באַשלוס: מע דאַרף מאַכן אַ פֿילם.
געפֿונען פּאַסיקע וויזועלע מאַטעריאַלן אינעם אַרכיוו, האָט זיך מיר אויך אײַנגעגעבן צו פֿילמירן אינטערוויוען מיט באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן, וואָס האָבן געקענט עמילן, ווי נינע מיכאָעלס, די טאָכטער פֿון שלמה מיכאָעלס; די ייִדישע אַקטריסע עטל קאָווענסקי; דער שרײַבער געאָרגי ווײַנער; די פּאָפּולערע זינגער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, עדואַרד כיל און וואַלענטינאַ טאָלקונאָוואַ… צו פֿילמירן זיי האָבן מיר אַרויסגעהאָלפֿן אַלעקס גרינשפּון און בעלע גרין. דער עיקר איז אָבער געווען צו געפֿינען אַ פּאַסיקע פֿינאַנציעלע שטיצע.
ווי זאָגט מען, אַז מע טוט אַ געוווּנטשענע זאַך, גייט עס אַנטקעגן. כ׳האָב זיך אין אַ טאָג באַקענט מיטן מאָסקווער רעזשיסאָר וואַלערי שאַטין, וואָס האָט זיך אונטערגענומען צו מאַכן דעם פֿילם. ער האָט שוין אַליין געפֿונען מענטשן און צונויפֿגעקלאַפּט אַ פּראָפֿעסיאָנעלע שאַפֿערישע גרופּע. מיר האָבן געאַרבעט אויף דעם פֿילם איבער צוויי יאָר, און ס׳איז אויסגעקומען דורכצומאַכן שווערע פּעריאָדן אויך…
און אָט איז דער פֿילם פֿאַרטיק. די פּרעמיערע איז פֿאָרגעקומען אין מאָסקווע אין דעם גרויסן שיינעם זאַל פֿון „קינאָ־הויז‟. דעם אמת געזאָגט, האָב איך זייער איבערגעלעבט. כ׳האָב געטראַכט בײַ זיך: ווער געדענקט דאָך דאָ עמיל גאָראָוועץ, וואָס האָט פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד מיט פֿערציק יאָר צוריק? צי וועט בכלל עמעצער קומען? און דאָך — דער ריזיקער זאַל איז געווען פֿול געפּאַקט. מענטשן האָבן זיך דערמאָנט זײַנע לידער, אונטערגעזונגען, און ווען דער פֿילם האָט זיך פֿאַרענדיקט און מ׳האָט אָנגעצונדן דאָס ליכט, האָב איך דערזען, ווי מע ווישט די טרערן…
כ׳האָב נאָר באַוויזן זיך אומצוקערן אַהיים קיין ניו־יאָרק, האָט מען מיר אָנגעקלונגען פֿון טאָראָנטאָ; מ‘האָט מיך מיטן פֿילם פֿאַרבעטן אויף דעם „אַשכּנז‟־פֿעסטיוואַל. איניציִיִרט האָבן מײַן קומען דער דירעקטאָר פֿונעם פֿעסטיוואַל עריק שטיין און די פֿרוי זעלינאַ איסקאַנדעראָוו, זייער אַן אַקטיווע און טעטיקע אָנהענגערין פֿון דער קולטור אויף ייִדיש.
אַוודאי, האָב איך זייער איבערגעלעבט (ווידער: ווער קען דאָ עמיל גאָראָוועץ? ווער האָט דאָ געהערט זײַנע לידער?); און שטעלט זיך פֿאָר: די קאַנאַדער פּרעמיערע איז דורכגעגאַנגען מיט גרויס דערפֿאָלג. כ׳האָב דערפֿילט, אַז מײַנע כּוחות און די שאַפֿערישקייט פֿון אַנדערע מענטשן צו פֿאַראייביקן עמיל גאָראָוועצס טאַלאַנט און לעבן, האָבן געבראַכט וווּנדערלעכע רעזולטאַטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.