צי זײַנען פֿרויען מענטשן?

Are Women Really People?


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published September 19, 2014, issue of October 10, 2014.

חסידות האָט דורך די יאָרן דווקא נישט באַפֿרײַט די פֿרויען פֿון דער מענערישער אויבערהערשאַפֿט. פֿאַרן אויפֿקום פֿון חסידיזם האָט די פֿרוי אַפֿילו נישט געטאָרט פֿרעגן קיין שאלות, וואָס האָבן געהאַט צו טאָן מיט דער געטלעכקייט. נישט נאָר דאָס, רבנים האָבן געהאַלטן, אַז ווער עס לערנט מיט זײַן טאָכטער תּורה, איז עס גלײַך ווי ער וואָלט מיט איר געלערנט פּסולת, פֿאַרדאָרבנקייט, ממש ענינים פֿון קלויסטער.

אַלץ וואָס די פֿרוי האָט יאָ געמעגט, איז פֿרעגן דעם רבין, צי דאָס הינדל איז כּשר אָדער טריף. אַלץ וואָס אַ פֿרוי האָט באַדאַרפֿט טאָן, איז דערציִען די קינדער צו גאָט און צו לײַט און טראָגן דעם גאַנצן עול פּרנסה אויף איר קאָפּ. האָט מען איר דערפֿאַר באַלוינט מיט אַ פֿוס־בענקעלע בײַם מאַן אויף יענער וועלט.

אין שפּעטערע יאָרן פֿונעם חסידות האָט מען אַפֿילו צוגעלאָזט דעם געדאַנק, אַז ס’קען זיך טרעפֿן אַמאָל, אַז אַ פֿרוי קען זײַן אַ צדקת, ווי אין פֿאַל פֿון חנה־רחלע ווערבערמאַכער, „די לודמירער מויד‟, וועלכע איז געווען אַ תּלמידה־חכמה, פֿאַר וועלכער דער טשערנאָבילער רבי, ר’ מאָטעלע, האָט זיך אײַנגעשטעלט. דער טשערנאָבילער האָט אײַנגעזען, אַז די רבנישע וועלט איז נאָך נישט גרייט צוצולאָזן אַ פֿרוי צום ייִדישן תּורת־הקודש טיש. מסתּמא זײַנען זיי נישט ווערט דעם כּבֿוד.

אין שעקספּירס צײַטן האָבן מענער אויסגעפֿילט פֿרויען־ראָלעס. בײַ אונדז האָבן זיך פּורים־צײַט די ישיבֿה־בחורים פֿאַרשטעלט און זיך פֿאַרקליידט ווי אסתּר־המלכּה. עס האָט זיך אַפֿילו בײַ מיר פֿאַרוואָגלט אַן אַרטיקעלע, וואָס איז אַרויס אינעם „אַלגעמיינער זשורנאַל‟, פֿרײַטיק, אויגוסט 17, 2007, אונטערן קעפּל: „פֿרויען זײַנען נישט קיין מענטשן‟, געשריבן פֿון יוסף־יצחק יעקבסאָן.

איידער איך גיי ווײַטער, שווימען מיר אויף אויפֿן זינען סײַ העלדישע, סײַ מעכטיקע פֿרויען, משה־רבינוס שוועסטער מרים הנבֿיאה, וועלכע האָט געפּויקט און געטאַנצט; זי און אַ שלל אַנדערע פֿרויען אין אונדזערע הייליקע ביכער, וועלכע זײַנען געווען העלדיש, קלוג און איבערגעגעבן דעם כּלל.

דער מחבר פֿון דעם אַרטיקל, וואָס כ‘האָב פֿריִער דערמאָנט, שילדערט אַ פֿאַרבעטונג צו אַ געבורטס־טאָג־מסיבה פֿון אַ ייִנגעלע, וווּ עס זײַנען געזעסן אַן ערך צוואַנציק פֿרויען אַרום אַ טיש. זיי זײַנען געקומען פֿון באָראָ־פּאַרק, מאָנסי, קראַון־הײַטס און וויליאַמסבורג צו דער שׂימחה, און מיטגעבראַכט האָבן זיי זייערע קינדער, וואָס האָבן זיך געשפּילט אין אַ דערבײַיִקן צימער.

עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער טאַטע פֿונעם בעל־שׂימחה־ייִנגעלע דערלויבט נישט זײַן פֿרוי, פֿון וועלכער ער איז צעשײדט, צו מאַכן די שׂימחה. מאַכט זי עס פֿאַרן קינד אָן זײַן צושטימונג. די פֿרויען האָבן במשך פֿון צוויי שעה דערציילט דעם שרײַבער פֿון יענע שורות, ווי זייערע מענער אָדער געוועזענע מענער צאַפּן פֿון זיי דאָס בלוט.

שטעלט אײַך פֿאָר, שרײַבט דער מחבר:

„אַז די רבנים מיט די רביים, מיט די בתי־דינים האַלטן בדרך־כּלל מיט די מענער. אַ פֿרוי דערציילט אַ שוידערלעכע איבערלעבונג, בשעת איר מאַן שלעפּט זי כּסדר אין געריכט אויף צו באַקומען די רעכט צו האָדעווען די קינדער בײַ זיך אין דער היים.‟

אין אַ סך פֿאַלן ווילן די קינדער בלײַבן אין דער היים מיט דער מאַמען, טוט ער זיי אונטערקויפֿן מיט כּלערליי מתּנות, און זיי אײַנרעדן, אַז זי איז משוגע. זי רעדט זיך אַראָפּ פֿון האַרצן, אַז דער מאַן פֿאַרמאָגט אַ סך געלט, און זי איז געצוווּנגען צו דינגען אַדוואָקאַטן, בשעת זי מוטשעט זיך מיט יעדן גראָשן.

אַ צווייטע פֿרוי קלאָגט זיך, אז דער מאַן האָט אַרויסגעשיקט בריוו צו משפּחה, קרובֿים און שכנים אין דער געגנט, וווּ ער שרײַבט, אַז זײַן גרושה וויל אים באַראַבעווען.

אַ דריטע פֿרוי קלאָגט זיך, אַז איר מאַן האָט זי מיט די קינדער אַרויסגעטריבן אין גאַס, ער זאָגט זיך אָפּ פֿון געבן איר אַ גט, און דאָס איז מיט דער ברכה פֿון די רבנים און קהלישע עסקנים. אויב דער מאַן איז אַ חשובֿער ייִד און אַ גבֿיר דערצו, רירט מען אים נישט אָן.

איך וועל אַרויסלאָזן די איבערלעבונגען פֿון די עגונות, ווײַל ס’וועט נישט קלעקן קיין אָרט. איין זאַך קען איך אײַך יאָ זאָגן: אין מיזרח־אייראָפּע, אין די שטעטלעך און אין די גרויסע שטעט האָט מען זייער, זייער זעלטן באַגעגנט אַזעלכע ייִדן. דאָס שטעטל איז געווען אַן אָרט, וווּ ס‘האָבן געהויזט סײַ פֿרומע, סײַ פֿרײַע, ייִדן פֿון יעדן סגאַל, אָבער אַזוינס איז נישט געהערט געווען.

איך זאָג נישט, אַז די פֿרוי האָט דעמאָלט געהאַט גלײַכע רעכט מיטן מאַן; איך זאָג נאָר, אַז די פֿרוי איז אַ סך מאָל געווען די פּרנסה־געבערין, בכדי דער מאַן זאָל קענען זיצן אין קלויז און זיך עוסק זײַן אין דער תּורה. אַזאַ פֿרוי האָט מען אָפּגעשאַצט.

ס’דרייט זיך מיר אַפֿילו אין קאָפּ אַ מעשׂה, וווּ אַ פֿרוי איז געווען די גאַנצע פּרנסה־געבערין, בשעת דער מאַן איז געזעסן אין קלויז און זיך עוסק געווען אין דער תּורה. דערמיט האָט ער זיך פֿאַרדינט דעם גן־עדן. פֿאַר יעדער שורה פֿונעם תּלמוד, איז געלייגט געוואָרן אַ פֿונדאַמענט אין גן־עדן, ביז ער האָט זיך דאָראָבעט צו אַ פּאַלאַץ.

מיט דער צײַט איז דער ייִד געשטאָרבן. קומט ער אויף יענער וועלט, פֿירט אים דער מלאך צו דער שוועל פֿון זײַן פּאַלאַץ. דער ייִד איז גליקלעך, ס’האָט זיך שוין געלוינט אַרײַנצולייגן דעם גאַנצן חוש אין לערנען תּורה. פֿרעגט ער דעם מלאך:

„וווּ זײַנען די שליסלען, איך וויל אַרײַנגיין אינעווייניק און באַקוקן מײַן האָב־און־גוטס.‟

זאָגט אים דער מלאך:

„ר’ ייִד, אויפֿן שליסל מעגט איר וואַרטן ביז אײַער פֿרוי וועט שטאַרבן. נאָך אַלעמען, איז זי דאָך געווען די גאַנצע פֿאַרדינערין, געהאָדעוועט די קינדער, געגעבן נדבֿות און געווען אַן אשת־חיל. די שליסלען געהערן איר.‟

אָבער אין די הײַנטיקע צײַטן, צו באַגעגענען אַזאַ ברוטאַליטעט און אָפּגעשטאַנענקייט מצד דער פֿרומער, מענערישער „גוואַרדיע‟, איז אַ סימן, אַז מיר ייִדן, דער עיקר, אַ סך פֿון די פֿרומע ייִדן, געהערן צו דער שטיינערנער עפּאָכע.

בײַם הײַנטיקן טאָג קענען שוין פֿרויען זײַן ראַבינערינס, חזנטעס און שופֿר־בלאָזערקעס. בײַ הײַנטיקע צײַטן קען אַ יונגע פֿרוי דערצויגן ווערן אין די אוניווערסיטעטן. פֿרויען קענען ווערן דאָקטוירים און אַדוואָקאַטן, מוזיקאַנטן, אַקטריסעס, קאָמעדיאַנטקעס און אַלץ וואָס די וועלט באַגנעדיקט.

און אַז מ’קוקט זיך צו, לאָזט מען צו די יונגע ייִדישע מיידלעך, מיטל־יעריקע און אַפֿילו עלטערע פֿרויען, צום פֿאַרווײַלן אַן עולם מיט געלעכטער און פֿרייד. אָט איז ערשט געשטאָרבן איינע פֿון די באַליבטסטע ייִדישע קאָמעדיאַנטקעס אין אַמעריקע און איבער דער וועלט — דזשאָון ריווערס.

פֿאַרשטענדלעך, אַז זי האָט זיך געביטן דעם נאָמען פֿון ראַבינאָוויטש אויף ריווערס, ווײַל אַמעריקע איז נאָך נישט גרייט אָנצונעמען ייִדישע נעמען אויף די ברעטער פֿון דער עסטראַדע. מוזן די קאָמעדיאַנטן, אַקטיאָרן, זינגער, פֿוטבאָליסטן בײַטן זייערע ייִדישע נעמען. ווידעראַמאָל, נישט ווײַט פֿון אַ צוריקגעבליבענער עפּאָכע.

מיר לעבן אין אַ פֿרײַ לאַנד פֿאַר פֿרויען און מענער צוגלײַך, די בינע איז הײַנט פֿול מיט כינעזישע, אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, מעקסיקאַנער, רוסישע, קאָמעדיאַנטן, זינגער און טענצער, מיידלעך און פֿרויען, און קיינעם שטערט עס נישט. פֿאַרקערט, דער עולם נעמט זיי אויף בכּבֿוד־גדול.

אַמאָל, אין אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס (גאָלדפֿאָדעם — ייִדישער נאָמען) צײַטן האָט מען אויך נישט צוגעלאָזט קיין ייִדישע מיידלעך צו דער טעאַטראַלער פּראָפֿעסיע. באַלד האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז ייִדישע פֿרויען האָבן פֿאַרמאָגט טאַלאַנט צו דראַמע און קאָמעדיע, אָפּערע און וואָדעוויל, אַרײַנגערעכנט דעם לעגיטימען טעאַטער.

ווער געדענקט נישט מאַלי פּיקאַן? און איך וועל זיך אָפּשטעלן בײַ איר, ווײַל ס’וועט מיר נישט קלעקן קיין אָרט אויצורעכענען אַלע ייִדישע אַקטריסעס, זינגערינס און קאָמעדיאַנטן.

מיט איין וואָרט: מיר, ייִדישע פֿרויען, זײַנען דערגאַנגען, דערגרייכט, אויפֿגעטאָן אַ וועלט, צו־להכיעס די געשלאָסענע פֿרומע מחנה ייִדן, וועלכע האָט נאָך נישט באַוויזן צו אָנערקענען, אַז מיר פֿרויען זײַנען מענטשן.