(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אָט װי עס װערט באַשריבן דער װאַרשעװער „מקום‟ אין אַלטער קאַציזנעס ראָמאַן „שטאַרקע און שװאַכע‟: „דער מקום, װי ייִדן רופֿן די אַלטשטאָט, האָט זײַן אײגענעם אָטעם, זײַן אײגענע לופֿט, װאָס זי גיסט זיך נישט צוזאַמען מיט דער לופֿט פֿון גאַנץ װאַרשע. אױך די אײַנװױנער פֿון מקום האָבן אַן אַנדער אױסזען, סײַ די ייִדן, סײַ די קריסטן. פֿאַרװעלקט זענען זײ, די אײַנװױנער פֿון מקום, װי דער שטױב פֿון פֿאַרגאַנגענע דורות װאָלט צו זײ צוגעשטאַנען, זיך אײַנגעפּרעסט אין די פֿאַלדן פֿון זײערע קלײדער, אין די קנײטשן פֿון זײערע פּנימער.‟
ניט װײניקער אינטערעסאַנט איז די עװאָלוציע פֿונעם אימאַזש פֿון גן־עדן אינעם פּאָעטישן גאָרטן אין דער שפּאַנישער העברעיִשער דיכטונג פֿון מיטל־אַלטער. „עס איז פּראַקטיש אוממעגלעך צו טראַכטן װעגן דעם גאָרטן און ניט טראַכטן װעגן גלות‟, זאָגט מאַן. אַזױ אַרום װערן פּאָעזיע און רעליגיע איבערגעפֿלאָכטן אין די ייִדישע השׂגות װעגן רױם און אָרט. און פֿון גן־עדן, גלות און פּאָעטישן גאָרטן גײט די רײד אַריבער אױף ירושלים, װאָס פֿאַרמאָגט אַן אײגענעם סדר פֿון קדושה און װאָכעדיקײט. ירושלים איז דער גײַסטלעכער צענטער פֿונעם הײליקן לאַנד, װאָס איז געװען אַ ייִדישער חלום אין משך פֿון צװײ טױזנט יאָר, און געװאָרן אַ װאָר אינעם 20סטן יאָרהונדערט. און װי עס טרעפֿט זיך כּסדר, האָט זיך די װירקלעכקײט אױסגעלאָזט אַנדערש פֿונעם חלום.
דװקא די מאָדערנע העברעיִשע ליטעראַטור, זאָגט מאַן, האָט געשפּילט די עיקרדיקע ראָלע אינעם אױסשטאַלטיקן דעם ישׂראלדיקן „חוש פֿאַר לאַנדשאַפֿט‟. די שרײַבער האָבן פֿאָרגעשטעלט דאָס לאַנד װי אַ טעקסט; און װען די דאָזיקע אידעאַליזירטע ייִדישע השׂגה פֿון ארץ־ישׂראל האָט זיך צונױפֿגעשטױסן מיט דער ממשותדיקײט פֿונעם לאַנג־יאָריקן אַראַבישן בײַזײַן אין פּאַלעסטינע, האָט די דאָזיקע סתּירה גורם געװען אַ בלוטיקן געראַנגל, װאָס װעט נאָך מסתּמא אָנגיין לאַנגע יאָרן.
די צװײטע העלפֿט פֿונעם בוך איז געװידמעט דער ייִדישקײט אין גלות און איר קיום אין פֿאַרשידענע מינים רױם, אַזעלכע װי די שטאָט, די שטוב, די נאַטור־סבֿיבֿה. די דאָזיקע באַציִונגען זײַנען אױך פֿול מיט אינעװײניקסטע סתּירות. פֿון אײן זײַן, באַרגרײַפֿט מען דעם גלות װי אַ שטראָף, װאָס ייִדן מוזן אױספּרוּוון פֿאַר זײערע חטאָים ביז דער משיח װעט קומען. פֿון דער אַנדערער זײַט, שאַפֿן די ייִדן כּסדר פּאָזיטיװע און פּראָדוקטיװע באַציִונגען מיט זײערע גלות־ערטער און קולטורן. די דאָזיקע סתּירה לאָזט זיך לײזן, האַלט מאַן, אױב מען טראַכט װעגן דעם װי וועגן „תּפֿוצות‟, אַ באַגריף, װאָס טראָגט ניט קײן נעגאַטיװן בײַטעם.
פֿאַרן חורבן איז דער סיכסוך צװישן ציוניסטן און די אָנהענגער פֿון „דאָיִקײט‟ געװען אַן עיקרדיקער ענין אין דער ייִדישער פּאָליטיק. איצט האָט דער דאָזיקער אידעאָלאָגישער קאָנפֿליקט מער ניט קײן אַמאָליקע שאַרפֿקײט. די הײַנטיקע צײַטן האָבן אַרױסגערוקט נײַע מינים שײַכותן צװישן ייִדן און דעם אַרום, װאָס האָבן צו טאָן מיט די דאגות װעגן דער עקאָלאָגיע און אָפּהיטן װעלט־רעסורסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.