דער באַרימטער מאָדערנער ייִדישער דענקער אַבֿרהם־יהושע העשיל האָט געהאַלטן, אַז די ייִדישע אמונה איז אַ רעליגיע פֿון צײַט און ניט פֿון רױם. איצט װערט די דאָזיקע השערה געשטעלט אונטער אַ פֿראַגע־צײכן דורך אַ היפּשער צאָל פֿאָרשער. אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר איז אין דער הומאַניסטיק פֿאָרגעקומען דער אַזױ גערופֿענער „קער צום רױם‟. די באַגריפֿן פֿון רױם, אָרט און פּלאַץ שפּילן הײַנט אַלץ אַ גרעסערע ראָלע אין די היסטאָרישע, ליטעראַרישע און עטנאָגראַפֿישע חקירות.
פֿאַר די, װאָס װילן זיך בעסער באַקענען מיט דער נײַער שיטה אין ייִדישע לימודים, איז דאָ זײער אַ ניצלעכער װעגװײַזער: דאָס בוך פֿון פּראָפֿעסאָר באַרבאַראַ מאַן, „רױם און מקום אין ייִדישע שטודיעס‟, װאָס איז אַרױס אין דער סעריע „שליסל-װערטער אין ייִדישע שטודיעס‟, אינעם פֿאַרלאַג פֿון ראַטגערס־אוניװערסיטעט. די מחברין באַהאַנדלט פֿאַרשידענע מינים פּלעצער און ערטער, װאָס אַזױ אָדער אַנדערש האָבן אַ שײַכות מיט ייִדישקײט. אין איר פֿאָרשונג באַנוצט זי זיך, דער עיקר, מיט טעקסטן, פֿון תּנ״ך ביז מאָדערנער ליטעראַטור.
דער פֿונדאַמענטאַלער יסוד פֿונעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן באַגריף פֿון רױם איז דער הבֿדל צװישן קדושה און װאָכעדיקײט, דאָס הײסט, צװישן ארץ־הקודש און דעם גלות. דער דאָזיקער פּרינציפּ האָט פֿאַרשידנאַרטיקע װײַט־גײענדיקע פּועל־יוצאס: רעליגיעזע, קולטורעלע, פּאָליטישע, סאָציאַלע. אין משך פֿון דער פֿיר־טױזנט–יאָריקער ייִדישער געשיכטע האָבן די ייִדן באַװױנט ביז גאָר פֿאַרשידענע געאָגראַפֿישע שטחים. אומעטום האָבן זײ געשאַפֿן זײערע אײגענע ערטער: שילן, בית־עלמינס, מיקװאָות. די ייִדישע מקומות האָבן געהאַט פֿאַרשידענע פּנימער, װאָס האָבן אָפּגעשפּיגלט פֿאַרשידענע השפּעות; אָבער אַזױ אָדער אַנדערש האָבן די ייִדן תּמיד געפּרוּװט אָפּצוטײלן זײער אײגענעם שטיקל פּלאַץ פֿון דער אַרומיקער װעלט. „דער רױם האָט אין דער ייִדישער קולטור תּמיד באַצײכנט די באַציִונגען מיט די אומות־העולם‟, זאָגט מאַן אינעם אַרײַנפֿיר.
אין נײַן קאַפּיטלען באַהאַנדלט דאָס בוך עטלעכע מינים ייִדישע ערטער. די מחברין הײבט אָן מיטן טעאָלאָגישן באַגריף פֿון „מקום‟, װאָס קאָן באַטײַטן אי אַ באַשטימט אָרט, אי הקדוש־ברוך־הוא. דער דאָזיקער באַגריף, זאָגט מאַן, באַצײכנט אַ צװישנפּלאַץ צװישן דעם הימל און דער ערד, צװישן קדושה און װאָכעדיקײט. דאָס איז אַן אָרט, װוּ דער בורא שטײט הינטער זײַנע בריאות. דאָס דאָזיקע װאָרט האָט אױך אַנדערע גילגולים אין דער ייִדישער קולטור. „מקום‟ האָט מען גערופֿן אַלטע ייִדישע געגנטן אין אײראָפּעיִשע שטעט, װי למשל, אין אַמסטערדאַם אָדער װאַרשע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.