ווירקונג פֿון טובערקולאָז אויף דער ייִדישער ליטעראַטור

Impact of Tuberculosis on Yiddish Literature

הילפֿס־אָרגאַניזאַציע פֿאַר ייִדישע קראַנקע אויף טובערקולאָז און ד״ר טשאַרלז ספּיוואַק (לינקס)
הילפֿס־אָרגאַניזאַציע פֿאַר ייִדישע קראַנקע אויף טובערקולאָז און ד״ר טשאַרלז ספּיוואַק (לינקס)

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published September 21, 2014, issue of October 10, 2014.

ייִדיש איז רײַך מיט ווערטער, וואָס דעפֿינירן טובערקולאָז: שווינדזוכט, סוכאָטע, טשאַכאָטקע, די גוטע קרענק, די דאָר, די דער, טע־בע, טי־בי, קאָנסאָמשן, און אַזוי ווײַטער. זייער פֿאַרשפּרייט איז געווען די דאָזיקע שרעקלעכע קרענק צווישן ייִדן, וואָס האָט געהאַלטן אין אומברענגען טויזנטער נפֿשות סײַ אין דער „אַלטער היים‟, סײַ אין די לענדער, וווּ עס האָבן זיך באַזעצט ייִדן־אימיגראַנטן, אין די פֿאַראייניקטע שטאַט בתוכם.

מיט 110 יאָר צוריק, דעם 4טן סעפּטעמבער 1904, האָט זיך אין דענווער, קאָלאָראַדאָ, געעפֿנט אַ סאַנאַטאָריע. די אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט געגרינדעט דעם דאָזיקן הייל־אַנשטאַלט, איז געווען די Jewish Consumptives’ Relief Society (JCRS) — הילפֿס־אָרגאַניזאַציע פֿאַר ייִדישע קראַנקע אויף טובערקולאָז. אַ צענטראַלע פֿיגור אין דער דאָזיקער אונטערנעמונג איז געווען טשאַרלז ספּיוואַק, אַ דאָקטער און אַ טוער.

טשאַרלז ספּיוואַק (אין דער „אַלטער היים‟ האָט ער געהייסן חיים ספּיוואַקאָפֿסקי) איז געבוירן געוואָרן אין 1861, אין קרעמענטשוג, אוקראַיִנע. אַזוי ווי דער לעגענדאַרער רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס‟ אַב. קאַהאַן, האָט ספּיוואַק געהערט צו דער באַוועגונג „עם־עולם‟, וואָס האָט פֿאַר זיך געשטעלט דעם ציל צו בויען לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָמונעס אין אַמעריקע. ספּיוואַק און קאַהאַן האָבן זיך באַקענט אין יאָר 1882, אויפֿן וועג אין דער „נײַער וועלט‟, און זײַנען פֿאַרבליבן נאָענטע פֿרײַנד ביזן סוף פֿון ספּיוואַקס לעבן אין 1927. אינטערעסאַנט, אַז אין משך פֿון די ערשטע דרײַ יאָר פֿון זייער באַקאַנטשאַפֿט האָט ספּיוואַק אַפֿילו ניט געוווּסט, אַז קאַהאַן האָט געקענט ייִדיש. זיי האָבן דאָך גערעדט צווישן זיך נאָר אויף רוסיש.

ווי אַ סך אַנדערע ייִדישע אימיגראַנטן, האָט ספּיוואַק געאַרבעט און געלערנט ענגליש. לסוף, האָט ער זיך אויסגעלערנט אויף דאָקטער און פֿאַרענדיקט דעם דזשעפֿערסאָן מעדיקאַל קאָלעדזש אין פֿילאַדעלפֿיע. בינו־לבינו, האָט ער באַגעגנט אַ פֿרוי, דזשעני טשאַרסקי, וועלכע איז געווען מיט עלף יאָר ייִנגער פֿון אים, און זיי האָבן חתונה געהאַט. מחמת זײַן ווײַב האָט געהאַט קראַנקע לונגען, האָט ספּיוואַק באַשלאָסן, אַז פֿאַר איר וועט זײַן בעסער צו וווינען אין דענווער, וואָס איז געווען באַרימט מיט זײַן טרוקענעם קלימאַט. דערמיט האָט ער באַשטימט זײַן אייגענעם וועג אין לעבן. מיט ספּיוואַקס נאָמען איז פֿאַרבונדן געוואָרן די געשיכטע פֿון אויפֿבויען אין דענווער אַ צענטער, וווּ מע האָט געהיילט טויזנטער ייִדישע טובערקולאָז־קראַנקע.

צווישן די ענטוזיאַסטן פֿונעם נײַעם הייל־צענטער איז געווען ד״ר אַדאָלף צעדערבוים, וועמענס פֿאָטער, אַלכּסנדר צעדערבוים, האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿן שפּור אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן געדרוקטן וואָרט: אין יאָר 1862 האָט ער אָנגעהויבן אַרויסצוגעבן „קול־מבֿשׂר‟, די ערשטע ייִדישע צײַטונג אין דער רוסישער אימפּעריע. די ראָלע פֿון דער דאָזיקער אויסגאַבע אין דער געשיכטע פֿון ייִדישער ליטעראַטור און זשורנאַליסטיק איז שווער איבערצושאַצן.

מיט אַ יאָר צוריק איז אין דעם אַקאַדעמישן זשורנאַל Literature and Medicine אַרויס אַן אויסגעצייכנטער אַרטיקל אונטערן טיטל Tubercular Capital: American Yiddish Literature at the Sanatorium. די מחברטע פֿון דעם מאמר איז די יונגע ליטעראַטור־היסטאָריקערין סאַני יודקאָוו (Sunny Yudkoff), וואָס איז איצט די לעקטאָרין פֿון ייִדיש אין דעם שיקאַגער אוניווערסיטעט. איר פֿאָרשונג באַרשײַבט און אַנאַליזירט די ליטעראַרישע און פֿאַרלעגערישע טעטיקייט, וועלכע איז אַנטוויקלט געוואָרן אַרום דעם דענווערער הייל־צענטער.