אין מײַן טעקע געפֿינט זיך אַן אַרטיקל פֿון ב. צ. גאָלדמאַן ז”ל, דער באַװוּסטער קאָלומניסט פֿון „טאָג‟, פֿון איבער פֿערציק יאָר צוריק, מיט דעם קעפּל, װאָס איך באַניץ זיך פֿאַר די קומענדיקע שורות. דאָרט האָט ער געשריבן װעגן די „נטורי־קרתּא‟ װאָס אין פֿאַרגלײַך צו אונדזערע חרדים פֿון הײַנט, זײַנען זײ געװען ליבעראַל. „מיט װאָס אַנדערש?‟ — װיל דער מחבר באַהאַנדלען אַ רײ אַקטועלע פּראָבלעמען, װאָס דאַרפֿן זײַן אױף אונדזער סדר־היום.
מיר זײַנען איצט אין חודש אלול, װען מען בלאָזט שופֿר יעדן פֿרימאָרגן, װען די „פֿיש הײבן אָן צו ציטערן אין װאַסער‟, און ייִדן גרײטן זיך צום יום־הדין, איז איבעריק צו באַטאָנען װי אונדזער ייִדישע װעלט האָט זיך געענדערט. אין אלול 1939, מיט 75 יאָר צוריק (גענױ, פֿרײַטיק דעם 1טן סעפּטעמבער) איז אױסגעבראָכן די צװײטע װעלט־מלחמה מיט היטלערס אינװאַזיע אױף פּױלן — דער אָנהײב פֿון דעם גרעסטן חורבן אין אונדזער געשיכטע, װאָס װעט אױף אײביק פֿאַרבלײַבן אין אונדזער זכּרון װי די „שואה‟. אומאָפּהענגיק פֿון געװיסע דענקער און װאָרטזאָגער, װעט דער חורבן פֿאַרבלײַבן װי אַ װענדפּונקט אױף דורות, װאָס װעט געשטאַלטיקן אונדזער ייִדישן נאַציאָנאַלן באַװוּסטזײַן, און װי אַ מורה־דרך אין דער פֿאָרמירונג פֿון ייִדישער אידענטיטעט.
75 יאָר נאָכן פֿאַרמאַכן די שארית־הפּליטה־לאַגערן, צװײ יאָר נאָכן אױפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל הײבט זיך אָן אַ נסימדיקע תּקופֿה פֿון תּחית־האומה — אַ רענעסאַנס, װאָס האָט נישט קײן פֿאַרגלײַך אין דער געשיכטע פֿון פֿעלקער און אונדזער געשיכטע בפֿרט. דער לאָזונג „קײן מאָל ניט װידער‟ (Never again), װי אױך דער ישׂראלדיקער לאָזונג „אין ברירה — אַנחנו פּה‟ (ניטאָ קײן ברירה — מיר זײַנען דאָ), כאַראַקטעריזירן דעם נײַעם דור ייִדן איבער דער װעלט. װאָס ייִדן האָבן נישט באַװיזן פֿאַר דער מלחמה האָבן זײ באַװיזן אין קאַמף פֿאַר מדינת־ישׂראל, און אין דער אױסלײזונג פֿון סאָװעטישן ייִדנטום. גלײַכצײַטיק איז אָפּגעשלאָסן געװאָרן די „גאָלדענע תּקופֿה‟, די הערלעכסטע עפּאָכע פֿון דער מיזרח־אײראָפּעיִשער ייִדישער ציװיליזאַציע, דער נערװן־צענטער פֿון ייִדישן פֿאָלק. דער שרײַבער פֿון די שורות פֿילט זיך שולדיק פֿון מאַכן אַ סך־הכּל פֿון דער תּקופֿה מיט עטלעכע זאַצן. דאָס איז בפֿירוש נישט זײַן כּװנה. אין די ראַמען פֿון דעם אַרטיקל איז ער ניט ביכולת דאָס צו טאָן.
„ובֿא השמש וזרח השמש‟ — די זון איז אונטערגעגאַנגען, און די זון האָט אױפֿגעשײַנט. צװײ צענטערס פֿון ייִדישן אױפֿלעב און שעפֿערישקײט — ישׂראל און אַמעריקע — נסים־ונפֿלאָות — זײַנען דערשינען אױף דער מאַפּע. ישׂראל צײלט איצט אַכט מיליאָן ייִדן, די מערהײט פֿון ייִדישן פֿאָלקס־ירבו.
גלײַכצײַטיק האָט זיך געענדערט די געאָ־פּאָליטישע לאַגע. ייִדן זײַנען איצט, װי געזאָגט, קאָנצענטרירט אין צװײ צענטערס. אמת, די ייִדן לעבן אין אַ סך אַנדערע לענדער, אָבער דאָס זײַנען ניט קיין צענטערס פֿון ייִדישער שעפֿערישקײט. נאָך אַ װיכטיקער פֿאַקטאָר מוז מען געדענקען; די ייִדן לעבן איצט אין פֿרײַע לענדער, זײ זײַנען בירגער און נישט געצװוּנגען צו זײַן ייִדן. יעדער אײנער פֿון זײ איז אַ ייִד און באַצײכנט זײַן ייִדישקײט װי ער װיל און פֿאַרשטײט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.