דער לייענער געדענקט אפֿשר מײַנס אַן אַרטיקל פֿון 3 יאָר צוריק וועגן דעם „ייִדיש־הויז‟, וואָס אַ צאָל ייִדישיסטן האָבן געשאַפֿן אין דער ברוקלינער געגנט בעדסטײַ, לעבן וויליאַמסבורג. ס׳האָט זיך אפֿשר אײַנגעקריצט אין זכּרון די בילדערישע באַשרײַבונג פֿון אונדזער קאַמף קעגן די טאַראַקאַנעס אין די ערשטע וואָכן, אָדער די גרויסע פּלענער, וואָס מיר האָבן דעמאָלט געהאַט — פֿאַר לייענקרײַזן, זינגערײַען, לעקציעס, פֿאַר אַ גאַנצן קולטור־צענטער, וווּ ייִדישיסטן און חסידים וועלן זיך באַגעגענען.
צום באַדויערן, האָט זיך אויסגעלאָזט אַ בוידעם פֿון די גרויסע פּלענער: דאָס ברוקלינער ייִדיש־הויז איז בעצם געבליבן סתּם אַ פּריוואַטע דירה, וווּ מע האָט אַ מאָל אָרגאַניזירט אַ פֿאַרברענגעכץ אָדער פֿאַרבעטן אַ פּאָר געסט אויף שבת. אין אַ גרויסער מאָס איז די שולד געווען מײַנע, ווײַל דער אַרטיקל אין „פֿאָרווערסט‟ האָט אָנגעוואָרפֿן אַ שרעק אויף די חסידים, וואָס פֿלעגן קומען אויף אונדזערע אונטערנעמונגען, טאָמער וועט, חלילה, אַ פֿרומער פֿאַרבײַגייער זיי דערזען דורכן פֿענצטער. אויף דער ערשטער טרעפֿונג פֿון אונדזער לייענקרײַז, וווּ מיר האָבן געלייענט באַשעוויסעס ראָמאַן „דער בעל־תּשובֿה‟, האָבן מיר געהאַט אַ 10־15 פֿרומע געסט פֿון דער געגנט, אָבער אויף דער צווייטער — שוין נאָכן דערשײַנען פֿונעם אַרטיקל — איז קיינער ניט געקומען.
אמת, ווען מיר וואָלטן אַרײַנגעלייגט אינעם פּראָיעקט אַ ביסל מער כּוח און ענערגיע, וואָלט זיך אונדז אפֿשר פֿאָרט אײַנגעגעבן אויפֿצובויען דאָרט אַ ייִדיש־צענטער, אַזוי ווי ס’האָבן געטאָן אויף אַ גרויסן פֿאַרנעם — און מיט גרויס הצלחה — אונדזערע פֿרײַנד אויף דער „ייִדיש־פֿאַרם‟. פֿאַקטיש, איז איין ייִדישהויזניק, יאַנקל־פּרץ בלום, גלײַכצײַטיק געווען אַן אַקטיווער לערער אויף דער פֿאַרם און האָט דאָרט באַוויזן וווּנדער: מאַכן פֿון צענדליקער מענטשן, פּוסטע נשמות, יונגע־לײַט אָן אַ פֿונק פֿון ייִדיש־לשון — פֿאַר פֿאַרברענטע ייִדישיסטן. נאָר מיט איין פּאָר פֿיס קען מען ניט טאַנצן אויף צוויי חתונות, און איך אַליין האָב זיך געפֿוילט צו אָרגאַניזירן אייגענע פּראָגראַמען.
איצט איז אָבער געקומען אַ נײַע געלעגנהייט, אַ דאַנק אונדזער „פֿאָרווערטס‟־מיטאַרבעטער איציק גאָטעסמאַן. פֿאַר אַ יאָרן איז אַוועק אין עלטער פֿון 93 יאָר זײַן מאַמע, די ייִדישע פּאָעטעסע און מאָלערין ביילע־שעכטער גאָטעסמאַן, און דאָס הויז אויף ביינברידזש־עוועניו, וווּ זי האָט געוווינט כּמעט אַ האַלבן יאָרהונדערט, איז געשטאַנען ליידיק. איז אים אײַנגעפֿאַלן צו פֿאַרדינגען די צימערן פֿאַר ייִדישיסטן און צו שאַפֿן דאָרט אַ נײַ ייִדיש־הויז. אַזוי וואָלט ער אויפֿגעלעבט אַ ביסל די ייִדישע קולטור אויפֿן היסטאָרישן ביינברידזש־עוועניו, מיטן שלום־עליכם־צענטער אַריבער דער גאַס, און דער פּלאַן וואָלט זײַן מאַמען זיכער געפֿעלן.
נאָר איידער ער האָט געקענט פֿאַרדינגען די צימערן, האָט מען געדאַרפֿט היפּש רעמאָנטירן דאָס הויז, אויספֿאַרריכטן די סטעליעס, אינסטאַלירן נײַע פֿענצטער אאַז”וו. איציק האָט אַנגאַזשירט אַן אונגערישן בויער מיטן נאָמען אַטילאַ, וואָס איז שטאַרק ווי אַן אָקס און האָט אַליין מיט זײַנע גאָלדענע הענט דורכגעפֿירט דעם גאַנצן רעמאָנט. איך האָב אַ מאָל באַגריסט דעם דאָזיקן אַטילאַ און אים געגעבן די האַנט, האָב איך נאָר באַקומען אַ האַלבע האַנט צוריק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.