(די 2 טע זײַט פֿון 2)
שעהען פֿאַרן ליכט־בענטשן ערבֿ־ראָש־השנה האָט כּסדר געקלונגען דער טעלעפֿאָן. מומעס, שוועסטערקינדער, שכנטעס און גוטע פֿרײַנד האָבן טעלעפֿאָנירט מײַן מאַמען, כּדי איר צו ווינטשן אַ גוט געבענטשט יאָר.
נאָכן ליכט־בענטשן, זענען די גאַסן פֿון אונדזער דערפֿל געוואָרן פֿול מיט משפּחות, וואָס גייען עסן בײַ דער מאַמען אָדער בײַ דער שוויגער. מײַנע חתונה־געהאַטע ברידער און שוועסער זענען געקומען צו אונדז מיט זייערע חנעוודיקע קינדערלעך, אַלע אָנגעטאָן אין די זעלבע יום־טובֿדיקע קליידער.
די שטימונג איז געווען אַ לעבעדיקע, און דאָך — אַן ערנסטע. דאָס איז געווען דער איינציקער טאָג פֿון אַ גאַנץ יאָר, וואָס איך האָב עפֿנטלעך אַרויסגעוויזן ליבשאַפֿט צום טאַטן. ווי אונדזער מינהג איז, האָב איך אים געבענטשט, און לײַכט געקושט זײַן האַנט, און ער האָט אָנגענומען מײַן הענטל און מיך געבענטשט, קוקנדיק אויף מיר מיט וואַרעמקייט — נישט קיין גרינגע זאַך פֿאַר אים.
דעם צווייטן אינדערפֿרי האָבן מיר זיך אַלע אויפֿגעוועקט פֿאַרטאָג, כּדי צו צעטומלען דעם שׂטן. אַז מע פֿאַרשלאָפֿט קאָן מען דאָך, חלילה, פֿאַרפֿעלן דעם הימלישן מישפּט, און קיינער האָט נישט געוואָלט ריזיקירן מיט אַזאַ זאַך. די מיידלעך זענען געבליבן אין דער היים און געהיט די פּיצעלעך, ווײַל מע האָט אונדז געזאָגט, אַז די מאַמעס מוזן גיין אין שיל. האָב איך געגעבן די קינדערלעך האָניק־לעקעך און געביטן די ווינדעלעך פֿון די עופֿעלעך. דערנאָך האָב איך זיי אַלע אַרויסגעפֿירט אין דרויסן. בשעת זיי האָבן זיך געשפּילט, האָב איך זיך געקערט אויף מיזרח און, האַלטנדיק אַ מחזורל אין דער האַנט, זיך פֿאַרקערעוועט אויף מיזרח, און שטייענדיק, געדאַוונט און זיך געשלאָגן על־חטא; אַזוי ווי ייִדן איבער דער וועלט, האָב איך תּשובֿה געטאָן פֿאַר פֿאַרשיידענע זינד — אַ טייל, וואָס איך בין יענץ יאָר טאַקע באַגאַנגען, און אַנדערע — וואָס איך בין נישט באַגאַנגען.
מײַן לעבן הײַנט איז נישט ווי אַמאָל. ראָש־השנה באַטײַט נאָך אַלץ האָניק און ברכות, אָבער יענער טיפֿער פּחד פֿאַרן אייבערשטן איז שוין אַוועק. מיר איז ליבער זיך צו פֿרייען מיטן נײַעם יאָר, איידער זיך צו שרעקן פֿאַר אים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.