ראָש־השנה צום דאַװנען בײַ דעם באַרימטן צדיק, דעם יהודי הקדוש. שױן אַ היפּשע װײַלע װי מע האָט פֿאַרענדיקטן תּפֿילת־שחרית, און דער עולם װאַרט מיט גרױס יראת־הכּבֿוד אַז דער צדיק זאָל אַרױסקומען פֿון זײַן צימער, װוּ ער איז זיך מכין צו די תּקיעות, און מע זאָל אָנהײבן זאָגן „למנצח‟.
אָבער אַ װײַלע נאָך אַ װײַלע פֿאַרגײט, און דער צדיק באַװײַזט זיך נישט. װאַרט דער עולם אַ ביסל פֿאַרחידושט, מע װײסט דאָך, אַז אַזױ לאַנג זאַמט ער זיך קײן מאָל נישט. װאָס זאָל דאָס באַדײַטן? נאָך מער איז דער עולם פֿאַרגאַפֿט געװאָרן, װען די טיר פֿון רבינס צימער האָט זיך געעפֿנט און דער צדיק איז אַרױסגעקומען. די, װעלכע זײַנען נישט צום ערשטן מאָל אום ימים־נראָים בײַם צדיק, זײַנען גאָר דערשראָקן געװאָרן. נאָך קײן מאָל פֿריִער האָט מען אַזעלכס נישט געזען. דער צדיק, בײַ װעמען עס האָט שטרענג געהערשט שׂימחה, װעמענס אױגן האָבן שטענדיק געשטרעבט מיט חדווה, בײַ װעמען עצבֿות איז געװען פֿאַררעכנט פֿאַר אַ שלעכטער מידה, גײט ממש געבױגן אין דרײַען, אױפֿן הײליקן שטערן זײַנען אױסגעלײגט קנײטשן, די אױגן קוקן מיט אומעט, און דאָס פּנים, װאָס האָט תּמיד געלױכטן, איז פֿאַרמרה־שחורהט.
װערט בײַ יעדן אײַנגעפֿאַלן דאָס האַרץ. מע װײסט, אַז אומזיסט איז דאָס נישט. װער װײסט װאָס דער צדיק האָט דערזען. איז, חלילה, פֿאַראַן אין די עולמות־העליונים אַ קיטרוג אױף ייִדן? און איז דער קיטרוג אַזױ גרױס, אַז דער צדיק דאַרף זײַן אַזױ צעטראָגן?…
פֿרעגן, אָבער, װעט מען דאָך נישט. שװײַגט מען. און דאָס האַרץ צאַפּלט, השם־יתברך זאָל זיך מרחם זײַן.
און דער צדיק רעדט קײן װאָרט נישט, ער גײט אַרױף אױף דער בימה, ציט אַריבער דעם טלית איבערן קאָפּ און הײבט אָן זאָגן “למנצח”. אָבער, ער זאָגט עס גאָר מיט אַן אַנדער קול, עס פֿעלט שׂימחה. דאָס קול זײַנס ציטערט און עס דאַכט זיך, אַז ער קרעכצט, חלילה. און װען עס קומט צו די פּסקים פֿון “קר’ע שט’ן”, הערט זיך שױן אַ געװײן אין די װערטער. װערט דער עולם אױף אַן אמת בײַ זיך אַראָפּגעפֿאַלן. מע זעט בחוש, אַז דער כּוח פֿון דעם ניט־גוטן איז שטאַרק. צום ערשטן מאָל, נאָך פֿיל־פֿיל יאָרן, װאָס דער יהודי הקדוש פּראַװעט אַזאַ סאָרט תּקיעות.
און װען מע ענדיקט די תּקיעות, און מע הײבט אָן צו זאָגן “אשרי העם יודעי תּרועה”, פּסוקים, װעלכע דער צדיק האָט שטענדיק מיט גרױס שׂימחה און התלהבֿות געזונגען, הערט נישט אױף קלינגען דאָס קול פֿון עצבֿות. ברעכט דער עולם אױס אין אַ געװײן און די הערצער װערן ממש צעריסן.
צו מוסף האָט דער צדיק אױך זײַן שטימונג נישט געענדערט. דאָס דאַװנען גײט שױן איבער צו אַ חזן, װעמען דער יהודי־הקדוש פֿלעגט באַשטימען נאָך פֿאַר ראָש־השנה. דער צדיק פֿלעגט תּמיד מיטזינגען דעם קדושה מיט גרױס התלהבֿות און שׂימחה. אָבער דאָס מאָל שטײט ער בײַ זײַן שטענדער אין אַ װינקל, דער טלית אַריבערגעצױגן איבערן קאָפּ און מע הערט פֿון אים קײן קול נישט. מע זאָגט אָפּ די שמונה־עשׂרה, דער חזן נעמט זיך זאָגן די הױכע שמונה־עשׂרה, און פֿון צדיק הערט מען נישט קײן װאָרט, נאָר מען הערט גאָר אָפֿט אַ שטילן קרעכץ.
גײט שױן דער דאַװנער צו מיט גרױס געװיין צו די „מלך עליונ’ס‟, װעלכע מע פֿלעגט זאָגן מיט אַזױ פֿיל חדווה, קומען זײ גאָר אַרױס פֿאַרטרױערט. און אַז עס איז שױן געקומען צו „ונתנה תּוקף‟ האָט דער עולם ערשט רעכט זיך צעגאָסן אין אַ גרױס געװײן. ס’איז דען אַ קלײניקײט, אַז דער צדיק זאָל זײַן אַזױ פֿאַרטרױערט?… מסתּמא איז עפּעס דאָ געשען, קײן גוטס מײנט עס אַװדאי נישט.
און אַזױ װי מע זאָגט „ונתנה תּוקף‟, גיט דער צדיק פּלוצעם אַ קלאַפּ אין שטענדער, װי ער װאָלט, חלילה, ברוגז געװען, און רופֿט אױס אין דער הייך:
בראָש השנה יכתּבֿון, אום ראָש־השנה שרײַבן זײ גאָר! היה לא תהיה! אין סאַמע הײליקסטן טאָג שרײַבן זײ גאָר! זײ מײנען, אַז עס איז הפֿקר?!
הערט דער עולם און גאַפֿט. װעמען מײנט עס דער צדיק? װער שרײַבט אום ראָש־השנה? װאָס טײַטשט ער אַזױ מאָדנע דעם פּשט פֿון „בראָש השנה יכתּבֿון‟? װער מײנט עס, אַז עס איז הפֿקר? װער עס זאָל, אָבער, ענטפֿערן אױף די שאלות, איז נישטאָ.
און דער צדיק, נאָכן אױסרופֿן די װערטער איז װידער אַנטשװיגן געװאָרן. דאָס דאַװנען האָט מען שױן פֿאַרענדיקט מיט צעריסענע הערצער.
נאָכן דאַװנען האָט דער צדיק דעם טלית פֿון קאָפּ נישט אַראָפּגענומען, און אַזױ איז ער אַרײַן אין זײַן צימער.
דאָס זעלבע איז אױך געװען דעם צװײטן טאָג ראָש־השנה.
עשׂרת־ימי־תּשובֿה פֿלעגט שטענדיק זײַן שװער צוקומען צום צדיק. ס’איז דען אַ קלײניקײט? אַזעלכע פֿאָרכטיקע טעג?! דער צדיק האָט דאָך אַ װעלט צו פֿאַרזאָרגן. יענעם יאָר, אָבער, האָט דער צדיק צו זיך קײנעם נישט צוגעלאָזט, אַפֿילו אַזעלכע, װאָס זײַנען אין אַנדערע יאָרן צו אים יאָ צוגעקומען. פֿאַרשלאָסן איז ער אין זײַן צימער געזעסן, און געהײסן אַלעמען װאַרטן אױף נאָך־יום־כּיפּור.
און אין דעם־אָ יום הקדוש והנורא יענעם יאָר, האָט דער צדיק פֿאַר „כּל־נדרי‟ זיך אַװעקגעשטעלט אין זײַן װינקל בײַם אָרון־הקודש. ער האָט אַריבערגעצױגן דעם טלית איבערן קאָפּ און אַזױ איז ער אָפּגעשטאַנען די גאַנצע נאַכט. צום ערשטן מאָל האָט דער צדיק נאָכן דאַװנען נישט אַריבער צו זיך אין חדר־מיוחד, נאָר אָנגעשפּאַרט דעם קאָפּ מיט בײדע הענט און איז אָפּגעשטאַנען די גאַנצע נאַכט אין שיל.
און אױך אױף מאָרגן צו שחרית און קריאת־התּורה האָט דער יהודי הקדיש נישט אַראָפּגענומען אױף אַ רגע דעם טלית פֿון איבערן קאָפּ. ער האָט זיך נישט אומגעקערט אַפֿילו אײן מאָל צום עולם, װי זײַן שטײגער איז געװען.
ערשט צו „ונתנה תּוקף‟ האָט דער צדיק אַראָפּגענומען דעם תּלית פֿון קאָפּ און אַזױ װי ראָש־השנה, האָט ער אַ קלאַפּ געטאָן אין שטענדער און אױסגערופֿן:
װאָס?… נאָך װײניק, אַז ראָש־השנה יכתּבֿון, ראָש־השנה שרײַבן זײ, איז נאָך „ביום צום כּיפּור יחתמון‟, װילן זײ נאָך אום יום־כּיפּור חתמנען?! נײן, מע װעט נישט חתמענען! בשום־אופֿן נישט!
שטײט דער עולם און גאַפֿט. מאָדנע װערטער, מאָדנע אױסטײַטשן. עס איז כּולו־מוקשה.
און נאָך אײדער דער עולם קומט צו זיך פֿון שטױנען, דערזעען זײ נאָך מער חידוש: דער צדיק גיט זיך אַ קער צום עולם און… אַ קױם באַמערקבאַרער שמײכל ציט זיך איבער זײַן הײליקן פּנים. דער שטערן גלײַכט זיך אױס פֿון די קנײטשן און די אױגן זײַנע הײבן אָן שײַנען מיט שׂימחה. און באַלד נעמט ער זיך זאָגן די װײַטערדיקע תּפֿילות, אָבער װאָס פֿאַר אַן אונטערשײד, נישטאָ מער קײן ברעקל עצבֿות אין זײַן קול. אַדרבא, דאָס קול קלינגט שױן מיט שׂימחה, מיט התלהבֿות, מיט בטחון און ליבשאַפֿט, פּונקט אַזױ װי שטענדיק.
דאָס װײַטערדיקע דאַװנען איז שױן געגאַנגען מיט דער שטענדיקער חסידישער שׂימחה, און נאָך נעילה פֿאַר מעריבֿ, האָט דער צדיק — אַזױ פֿלעגט ער זיך תּמיד פֿירן — פֿאַרצױגן אַ פֿרײלעכן ניגון, און דער גאַנצער עולם מיט אים. די שיל האָט שױן געקלונגען מיט פֿרײלעכקײט.
נאָך מעריבֿ, אַרױסגײענדיק פֿון שיל, האָט דער צדיק יעדן מיט אַ שמײכל „אַ גוט־יאָר‟ — אָפּגעענטפֿערט און צוגעװוּנטשן.
* * *
די פּאָר טעג צװישן יום־כּיפּור און סוכּות האָבן חסידים װעגן דעם װוּנדערלעכן ענין נישט אױפֿגעהערט צו רעדן, אַלע סאָרטן השערות זײַנען װעגן דעם געזאָגט געװאָרן, אַלע האָבן, אָבער, מסכּים געװען, אַז אַ גרױסע גזירה איז פֿאַרמיטן געװאָרן אין זכות פֿון צדיקס תּפֿילה. דעם אמת האָט מען זיך דערװוּסט ערשט סוכּות, פֿון אַ חסיד, װאָס איז געקומען צום צדיק אױף יום־טובֿ.
װי באַװוּסט, פֿלעגן צום צדיק קומען צו פֿאָרן אױף סוכּות בכּבֿודיקע געסט פֿון דער גאַנצער געגנט, װי אױך פֿון די װײַטע ערטער. מע האָט גערעכנט פֿאַר אַ באַזונדערע זכיה צו זיצן מיט דעם צדיק אין סוכּה און הערן אים זאָגן די „אושפּיזין‟. חסידים האָבן צװישן זיך גערעדט, אַז יעדן טאָג פֿון סוכּות קומען צום צדיק אין סוכּה די בעלי־אושפּיזין. נאָר װאָס דען?… נישט יעדער מענטש קען האָבן די זכיה צו זען די הײליקע געסט, װען זײ קומען אַרײַן.
צװישן די געהױבענע חסידים, װעלכע זײַנען יענעם סוכּות געקומען צום יהודי הקדוש, איז אױך געװען אַ חסיד פֿון דער הױפּטשטאָט. דער דאָזיקער חסיד איז געװען נישט נאָר אַ גרױסער למדן, נאָר אױך אַ גרױסער סוחר, אַ גרױסער עושר און תּקיף, װעלכער האָט זיך גוט געקענט מיט גראַפֿן און פּריצים. דערצו איז ער אױך געװען אַ גרױסער חסיד, פֿול מיט שׂימחה און התלהבֿות.
דעם ערשטן טאָג סוכּות, בשעת דער עולם האָט זיך פֿאַרקליבן אין סוכּה צו זיצן בײַם צדיקס טיש, האָט דער־אָ חסיד, ר’ לײב האָט מען אים גערופֿן, אַרױסגעװיזן גרױס פֿרײלעכקײט און געהאַלטן אין אײן זינגען.
דער צדיק האָט זיך צוגעקוקט צו זײַן חסיד און אים גאָרנישט געזאָגט, נאָר װען עס איז געקומען די צײַט פֿון בענטשן און דער חסיד האָט נאָך אַלץ נישט אױפֿגעהערט זיך אונטערזינגען, האָט דער צדיק פּלוצעם אַ זאָג געטאָן:
— עפּעס אונדזער ר’ לײב איז הײַנט גוט אױפֿגעלעבט!
— אַװדאי בין איך מלא־שׂימחה, — האָט ר’ לײב הױך אױסגערופֿן, — דאָס יאָר מער װי שטענדיק דאַרף מען זיך פֿרײען.
— און פֿאַר װאָס עפּעס דאָס יאָר מער װי שטענדיק? — האָט דער צדיק װידער געפֿרעגט.
— דער רבי, זאָל לעבן, װײסט דען נישט װאָס ס‘האָט געטראָפֿן? — האָט ר’ לײב אױסגערופֿן, — מיר זײַנען דאָך געראַטעװעט געװאָרן פֿון אַ גרױסער סכּנה.
— אַ סכּנה, — זאָגט דער צדיק, און אױף זײַן הײליק פּנים ציט זיך אױס אַ שמײכל, — װאָס פֿאַר אַ סכּנה?
— שױן אײן מאָל אַ סכּנה… ייִדישע סוחרים פֿון דער מדינה, גרױסע און קלײנע, זײַנען דאָך געראַטעװעט געװאָרן פֿון אונטערגאַנג, חלילה. עפּעס מעשׂה־נסים איז דאָ געשען.
— דערצײל בפֿרטיות, — זאָגט דער צדיק.
און ר’ לײב דערצײלט:
— דערװוּסט פֿון דעם ענין האָב איך זיך ערשט מוציאי־יום־כּיפּור. דער שׂר־המדינה איז אַ גרױסער צורר־היהודים. שױן לאַנג װי ער זוכט פֿאַרשידענע עצות צו טאָן שלעכטס ייִדן, מקפּח צו זײַן זײער פּרנסה און דאָס גלײַכע… מיט אַ קורצער צײַט צוריק האָט ער בײַ זיך באַשלאָסן אַרױפֿצולײגן אױף יעדן ייִדישן סוחר גרױסע צינזן. ממילא װאָלט אַזאַ זאַך געמאַכט אומגליקלעך אַ גרױסע צאָל ייִדן.
גערעדט און געטאָן, — ער האָט אַרײַנגערופֿן צו זיך זײַן סעקרעטאַר און געהײסן אים אױפֿשרײַבן דעם נײַעם געזעץ. געװען איז דאָס ראָש־השנה, װען די ייִדן זײַנען גראָד געװען אין שיל. איז דער שׂונא־ישׂראל געזעסן און געהאַט גרױס נחת, בשעת ער האָט זיך פֿאָרגעשטעלט, װאָס פֿאַר אַ רושם די גזירה װעט מאַכן אױף די ייִדן.
װען דער סעקרעטאַר האָט דערלאַנגט דעם מיניסטער די פּאַפּירן איבערצולײענען און אונטערחתמנען, איז פּלוצעם אָנגעקומען אַ ספּעציעלער שליח און אים גערופֿן צו פֿאָרן װעגן אַ גאָר װיכטיקן ענין. ער האָט געמוזט איבערלאָזן די פּאַפּירן און זײ חתמנען אַן אַנדערש מאָל, און איז אַװעקגעפֿאָרן.
צוריקגעקומען איז ער פּונקט אום יום־כּיפּור און באַלד געהײסן צו ברענגען אים די פּאַפּירן. אַז ער האָט זײ איבערגעלײענט און גענומען די פּען און זי אײַנגעטונקען אין טינט, כּדי צו חתמענען, האָט ער ניט־װילנדיק איבערגעקערט דאָס פֿלעשל טינט אױף די־אָ פּאַפּירן, און זײ זײַנען אין גאַנצן פֿאַרפֿלעקט און קאַליע געװאָרן. אַ צעטומלטער, האָט ער גענומען עפּעס אַ קלײד, װאָס איז געלעגן לעבן אים און אָפּגעװישט די צעגאָסענע טינט. ער האָט זיך אָבער געכאַפּט, אַז דערמיט האָט ער פֿאַרשמירט זײַן טײַערן קלײד און געװאָרן שטאַרק אין כּעס, און צעריסן די פּאַפּירן, און געשריִען, אַז װי באַלד עס האָט אים געטראָפֿן אַזאַ מעשׂה, מסתּמא לאָזט נישט דער ייִדישער גאָט טשעפּען זײַן געליבט פֿאָלק.
דאָס אַלץ, — האָט ר’ לײב פֿאַרענדיקט, — האָט מיר דערצײלט דער סעקרעטאַר אַלײן. הײַנט, װי אַזױ זאָל איך נישט זײַן פֿרײלעך?… אַ קלײניקײט, אַזאַ מעשׂה?… אום ראָש־השנה געשריבן, אום יום־כּיפּור האָט ער געװאָלט חתמנען און אַרױסגעלאָזן האָט זיך אַלץ בכי־טובֿ, אַ דאַנק דעם רבונו־של־עולם.
און װען די חסידים האָבן דאָס דערהערט, האָבן זײ ערשט רעכט פֿאַרשטאַנען, װאָס בײַם צדיק איז פֿאָרגעקומען ראָש־השנה און יום־כּיפּור. עס איז זײ אױך קלאָר געװאָרן, װאָס דער צדיק האָט אַזױ מאָדנע געטײַטשט: „בראָש־השנה יכתּבֿון‟, אום ראָש־השנה שרײַבן זײ, און „וביום צום כּיפּור יחתּמון‟, װילן זײ גאָר חתמנען. ער, דער צדיק האָט געזען װאָס דער שׂר־המדינה פּלאַנירט צו טאָן, האָט ער עס אָפּגעשריִען און די גזירה מבֿטל געמאַכט. דער צדיק האָט דעם פּשט ריכטיק געטײַטשט.
* מנחם מענדל איז אַ פּען־נאָמען פֿון רבי מנחם־מענדל משי־זהבֿ. ער איז געבױרן געװאָרן אין 1937. מנחם מענדל איז אַ באַקאַנטער רבֿ, מחבר און רעדאַקטאָר פֿון אַריבער 300 ביכער, איבער הױפּט אױף ייִדיש. די נאָװעלע „ראָש־השנה שרײַבן זײ…‟ איז אַרײַן אינעם בוך „יום־טובֿ־ערצײלונגען — יום־כּיפּור‟, 1981, ירושלים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.