דער כּוח־המדמה — צום גוטן און צום שלעכטן

Power of Imagination: Good, Bad and Ugly

„פֿײַוויש‟ פֿאַרשטעלט זיך פֿאַר אַן אַמעריקאַנער פּרעזידענט
YouTube
„פֿײַוויש‟ פֿאַרשטעלט זיך פֿאַר אַן אַמעריקאַנער פּרעזידענט

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published October 03, 2014, issue of October 24, 2014.

דער רבי נחמן בראַצלעווער דערקלערט אין זײַן ספֿר „ליקוטי־מוהר״ן‟, אין שײַכות מיט דער תּקיעת־שופֿר, אַז דער כּוח־המדמה — די מענטשלעכע פֿעיִקייט פֿון דמיונות און פֿאַנטאַזיעס — העלפֿט מקבל־פּנים צו זײַן דאָס נײַע יאָר, ווען דער אייבערשטער באַשאַפֿט פֿון ס׳נײַ די גאַנצע וועלט, אַזוי ווי אין אַ חלום — דערפֿאַר האָט ראָש־השנה אַ „חלומדיקן‟ טעם. דער גרויסער חסידישער דענקער גיט צו, אַז כּדי צו באַנוצן זיך מיטן כּוח פֿון דמיון פֿאַר הייליקע צוועקן, מוז מען אים קודם אויסרייניקן פֿון שטותים און פֿאַלשע אמונות.

אַ באַרימטער בײַשפּיל פֿון הייליקע דמיונות זענען רבי נחמנס וווּנדערלעכע „סיפּורי־מעשׂיות‟, וווּ טיפֿע קבלה־רמזים ווערן צונויפֿגעפֿלאָכטן מיט באַקאַנטע סוזשעטן פֿון וועלט־מיטאָלאָגיע. הרבֿ יחיאל האַלפּערין, אַ גרויסער מינסקער היסטאָריאָסאָף און מקובל, דערקלערט אין זײַן „סדר־דורות‟, אַז אליהו בחורס ראָמאַן „באָווע־בוך‟ איז אַ „גרויסער ענין‟. עס באַקומט זיך, אַז ראָמאַנטישע ליבע־געשיכטעס און מיטל־עלטערלעכע ריטערישע ראָמאַנען קאָנען זײַן באַלערנדיק און אַפֿילו הייליק.

דער לשון־קודשדיקער באַגריף „כּוח־המדמה‟ איז אַ סך טיפֿער, ווי סתּם פֿאַנטאַזיעס. אַזוי צי אַזוי, זענען חלומות און דמיניות אַ וויכטיקער טייל פֿונעם מענטשלעכן גײַסטיקן לעבן. חלומען דאַרף מען אָבער אויך מיט אַ טאָלק.

מיט אַ וואָך צוריק בין איך געווויר געוואָרן, אַז אין אָקטאָבער הייבט מען אָן אויף דער רוסישער טעלעוויזיע ווײַזן דעם נײַעם פֿאַנטאַסטישן סעריאַל „בעלאָוואָדיע: דער סוד פֿונעם פֿאַרלוירענעם לאַנד‟. דער נאָמען פֿונעם נײַעם סעריאַל האָט מיך פֿאַראינטערעסירט. דאָס לעגענדאַרע לאַנד „בעלאָוואָדיע‟ פֿיגורירט אינעם רוסישע פֿאָלקלאָר ווי אַן אוטאָפּיש אָרט פֿון גײַסטיקע השׂגות, פֿרײַהייט און אַריכת־ימים.

די היסטאָריקער זענען זיך משער, אַז די דאָזיקע לעגענדע איז פֿאַרבונדן מיט געוויסע גרופּעס פֿון די „אַלט־גלויבערס‟ — די קעגנער פֿון די קירך־רעפֿאָרמען, וועלכע דער רוסישער צאַר אַלעקסיי מיכײַלאָוויטש און דער פּאַטריאַרך ניקאָן האָבן דורכגעפֿירט אינעם רוסיש־אָרטאָדאָקסישן קריסטנטום אין מיט־17סטן יאָרהונדערט.

אַ טייל „אַלט־גלויבערס‟ האָבן באַשלאָסן, אַז די מענטשלעכע מאַכט קומט פֿונעם שׂטן, דערפֿאַר טאָר מען נישט האָבן קיין שקלא־וטריא מיט וועלכער־ניט־איז רעגירונג. אין דער טײַוולאָנישער וועלט קאָן אַ מענטש געפֿינען אַ מנוחה בלויז אין אַ באַהאַלטן אָרט, וווּ די פֿאַרדאָרבענע מלוכות האָבן נישט קיין שליטה. די ראַדיקאַלע סעקטאַנטן האָבן זיך אינגאַנצן אָפּגעזאָגט פֿון געלט־באַציִונגען און געשאַפֿן פּראַקטישע קאָמונעס, אַ מין קיבוצים, אין פֿאַרשיידענע פֿאַרוואָרפֿענע ערטער.

אַפֿילו אין אַזעלכע ווײַטע מקומות, ווי באָליוויע און אוגאַנדע, זענען נאָך אַלץ פֿאַראַן קליינע קהילות פֿון „אַלט־גלויבערס‟. אַ טייל פֿון זיי היטן אָפּ די אַמאָליקע רוסישע דיאַלעקטן, וועלכע זענען אין רוסלאַנד שוין לאַנג בטל געוואָרן. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די דאָזיקע ראַדיקאַלע קריסטלעכע גרופּעס האָבן טאַקע משפּיע געווען אויף דער ייִדישער קיבוץ־באַוועגונג, צוליב דער השפּעה פֿון לעוו טאָלסטוי און אַנדערע רוסישע דענקער.

צי די לעגענדע וועגן „בעלאָוואָדיע‟ איז באַגרינדעט אויף עפּעס אַ גשמיותדיק אָרט, צי נישט, איז עס אַ גוטער בײַשפּיל פֿון איידעלע אוטאָפּישע דמיונות. איך האָב געמיינט, אַז דער נײַער טעלעוויזיע־סעריאַל איז טאַקע אַ קינאָ־אוטאָפּיע. למעשׂה, גייט דאָרטן אַ רייד וועגן אַ פֿאַרוואָרפֿענעם באַרג־מאָנאַסטיר, וווּ עס געפֿינט זיך אַ מיסטישער פּאָרטאַל צו אַנדערע וועלטן. עס ווערט געשילדערט אַן אוניווערס, וווּ עס רעגירן בייזע יענוועלטיקע כּוחות, וואָס פֿירן זיך אויף ווי אַן עכטע מאַפֿיע און פּרוּוון צו קאָנטראָלירן גאַנצע וועלטן.

אַן אַפֿיש פֿונעם נײַעם רוסישן סעריאַל וועגן „בעלאָוואָדיע‟
אַן אַפֿיש פֿונעם נײַעם רוסישן סעריאַל וועגן „בעלאָוואָדיע‟

„בעלאָוואָדיע‟ איז אַ המשך פֿונעם סעריאַל „כּל־זמן עס בליט דאָס פֿעדערגראָז‟, וווּ עס ווערט געוויזן, ווי אַ גרופּע פּשוטע צופֿעליקע מענטשן, בראָש מיטן מאָסקווער זשורנאַליסט קיריל אַנדרעיעוו, ראַטעווען די וועלט פֿון בייזע מכשפֿים. די העלדן פֿירן זיך אויף ווי גראָבע יונגען פֿון עפּעס אַ מאָסקווער געשעפֿט־פֿירמע און דערצו האַלטן אין איין שיכּורן. די גוטע מאָראַל באַשטייט אין דעם, וואָס דער מאָסקווער זשורנאַליסט האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון עשירות און מאַכט לטובֿת די אַנדערע מענטשן.

ניקאָלײַ רעריך, דער באַרימטער רוסישער מאָלער, רײַזנדער און מיסטיקער, האָט געזוכט „בעלאָוואָדיע‟ אינעם אַלטײַ־ראַיאָן, נאָך די פֿוסטריט פֿון די „אַלט־גלויבערישע‟ מעשׂיות. די קינעמאַטאָגראַפֿן האָבן פֿילמירט דעם נײַעם כּישוף־דעטעקטיוו אינעם דאָזיקן טייל פֿון רוסלאַנד, צווישן וווּנדער־שיינע באַרג־לאַנדשאַפֿטן. ווען אַ לעגענדע וועגן איידעלע אוטאָפּישע זוכענישן ווערט פֿאַרוואַנדלט אין אַ דעטעקטיוו וועגן יענוועלטיקע באַנדיטן, פֿאַרקרימט עס די עצם־קאָנצעפּציע פֿונעם קינאָ־פּראָיעקט. דאָס אויסמישן אַן אוטאָפּישע לעגענדע מיט מאַפֿיע־מעשׂיות און סתּם גראָבקייט איז אַ צווייפֿלהאַפֿטיקער געדאַנק.

דער מחבר פֿון די שורות האָט שוין אַמאָל דערציילט אונדזערע לייענער, אַז בײַ ייִדן איז פֿאַראַן זייער אַן ענלעכע לעגענדע וועגן דעם לאַנד פֿון בני־משה, וואָס וווינען אויף אַן אוטאָפּישן קאָמונאַלן שטייגער הינטער דעם מיסטעריעזן טײַך סמבטיון. נישט בלויז ייִדן זענען געווען באַקאַנט מיט דער דאָזיקער לעגענדע. זאַקאַריאַ אַל־קאַזוויני, אַ פּראָמינענטער פּערסישער וויסנשאַפֿטלער און שרײַבער, האָט אינעם 13טן יאָרהונדערט איבערגעגעבן, אַז דער איסלאַמישער נבֿיא אַליין, מוכאַמאַד, האָט שטאַרק געלויבט דעם מיסטעריעזן ייִדישן שבֿט פֿון בני־משה פֿאַר זייער ברידערלעכן לעבנס־שטייגער.

דער באַקאַנטער חסידישער זינגער יום־טובֿ ערלעך האָט פּלאַנירט אַן עקספּעדיציע אינעם באַהאַלטענעם לאַנד פֿון די פֿאַרלוירענע ייִדישע שבֿטים. אַזוי ווי רעריך, האָט ער אַסאָציִיִרט דאָס אוטאָפּישע לאַנד מיט די טיבעטישע מעשׂיות וועגן דעם מיסטעריעזן אָרט שאַמבאַלאַ.

אין די באַקאַנטע ייִדישע ספֿרים און פֿאָלקס־מעשׂיות טרעפֿן זיך אַ סך מעשׂיות און השערות, וואָס וואָלטן געקאָנט דינען ווי אַ יסוד פֿון שפּאַנענדיקע פֿילמען מיט אַ ראָמאַנטישן טעם. צום באַדויערן, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַמאָליקע ייִדישע מעשׂה־ביכלעך, האָט די הײַנטיקע פֿרומע פֿאַרווײַל־אינדוסטריע אַנטוויקלט דווקא אַ פּראַגמאַטישן, און צומאָל גאָר אַ וווּלגאַרן, סטיל. איין געוויסער „שעדעווער‟ איז אַ באַזונדערס מיאוסער בײַשפּיל פֿון דער דאָזיקער נטיה.

די באַקאַנטע אָרטאָדאָקסישע ייִדישע אָרגאַניזאַציע „עורה‟ Oorah, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן קירובֿ פֿון בעל־תּשובֿות, אָרגאַניזירט איצט אַ ספּעציעלע פּראָגראַם לכּבֿוד די ימים־נוראָים בײַם ייִדישן קהילה־צענטער אין סטאַטען־אײַלענד. די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע האָט אַ סתּירותדיקע רעפּוטאַציע צוליב אירע צווייפֿלהאַפֿטיקע געשעפֿטן. מילא, קוק איך אַרײַן אינעם „פֿייסבוק‟, און טרעף דאָרט אַ משונהדיקע צורה מיט צענדליקער פּנימער פֿון „פֿײַוויש‟ — דער ליציטאַציע־סימבאָל פֿון „עורה‟. דער דאָזיקער פּערסאָנאַזש, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ לעבעדיקן פֿינף־דאָלאַרדיקן באַנקנאָט, וואָס זינגט און דרשנט כּסדר וועגן דעם כּוח פֿון געלט. דער נאָמען „פֿײַוו־איש‟ איז דער טײַטש „אַ ייִד אַ באַנקנאָט‟.

הרבֿ אלחנן שוואַרץ, דער מנהל פֿון דער ברוקלינער ישיבֿה „שׂמחת־חיים‟, באַגלייט מיט זײַן קול די אויפֿטריטן פֿון אַַ פּאַיאַץ, וואָס פֿאַרשטעלט זיך פֿאַר אַ שטיק געלט, אָדער אַן ענלעכע קאָמפּיוטער־פֿיגור. די דערפֿינדער פֿון „פֿײַוויש‟ האָבן געשאַפֿן אַ גאַנצע ווירטועלע וועלט, וווּ אויף יעדן ווינקל שפּרינגען און זינגען אַזעלכע לעבעדיקע באַנקנאָטן — אַ מין „אוטאָפּיע‟ פֿון געלט. אין אַ ריי ווידעאָ־עפּיזאָדן טאַנצט אַרום אים אַ גאַנצע כאָפּטע ייִדן, אויך פֿאַרשטעלט ווי גרינע פּאַפּירלעך.

אין די לעצטע פּאָר יאָר איז „פֿײַוויש‟ געוואָרן פּאָפּולער אין ברייטע פֿרומע קרײַזן — דער עיקר, בײַם לייקוווּדער „ישיבֿישן‟ ציבור. דער דאָזיקער פּערסאָנאַזש האָט אויך אויסגענומען צווישן די אַנטיסעמיטן, וועלכע זענען נײַגעריק צו זען, ווי די ייִדן טאַנצן בוכשטעבלעך אַרום געלט.

אַ קאַדער פֿון „פֿײַווישס‟ אויפֿטריטן, וווּ יעדער פּערסאָנאַזש זעט אויס ווי „אַ ייִד אַ באַנקנאָט‟
YouTube
אַ קאַדער פֿון „פֿײַווישס‟ אויפֿטריטן, וווּ יעדער פּערסאָנאַזש זעט אויס ווי „אַ ייִד אַ באַנקנאָט‟

מיט אָנדערהאַלבן יאָר צוריק, האָט די באַקאַנטע פֿרומע וועבזײַן Matzav.com דערקלערט, אַז „פֿײַוויש‟ איז „דער שטענדיקער באַליבטער פּערסאָנאַזש פֿון אַלע קינדער, ווי אויך זייערע עלטערן‟. מיטן זעלבן לויב־טאָן האָט זיך וועגן אים אָפּגערופֿן דער חרדישער זשורנאַל „משפּחה‟. אַ ריזיקער פּלושענער „פֿײַוויש‟ ווערט פֿאַרקויפֿט די אָנטיילנעמער פֿון דער ליציטאַציע פֿאַר 260 דאָלאַר; עס זענען דאָ גענוג בעלנים צו קריגן אַזאַ ליאַלקע.

צו מײַן חידוש, האָב איך אין דער ייִדישער פּרעסע דערווײַל נישט געזען קיין קריטישע אָפּרופֿן וועגן דעם דאָזיקן פּערסאָנאַזש, הגם אַ טייל פֿרומע אינטערנעץ־קאָמענטאַטאָרן טענהן, אַז ער האָט אַ מיאוס וווּלגאַר פּנים. ס׳קאָן זײַן, אַז איך בין נישט מסוגל צו באַגרײַפֿן דעם אַמעריקאַנער „פּאָפּ‟־הומאָר, אָבער דער שפּרינגענדיקער באַנקנאָט זעט דאָך ממש אויס ווי דער גאָלדענער קאַלב.

ווען איך האָב צום ערשטן מאָל דערזען דעם בראָנדזענעם אָקס, די „איקאָנע‟ פֿון וואָל־סטריט, וואָס רעפּרעזענטירט דעם אַגרעסיוון גײַסט פֿון דער געלט־קאָנקורענץ אויף דער בערזע, האָב איך געמיינט, אַז דאָס איז אַ דענקמאָל דעם עגל־הזהבֿ. איך קאָן זיך נישט באַפֿרײַען פֿון אַזאַ אַסאָציאַציע, ווען איך קוק אויף דער דאָזיקער סקולפּטור.

לויט אַ באַקאַנטן מדרש, האָט דער גאָלדענער קאַלב געקאָנט שפּרינגען ווי אַ לעבעדיקע חיה, צוליב בייזע כּישוף־כּוחות. דער דאָזיקער מדרש גיט אונדז צו פֿאַרשטיין, אַז בלויז צוליב די פֿעטישיסטישע אילוזיעס פֿון מענטשן ווערט גאָלד און געלט פֿאַרוואַנדלט אין אַ כּמו־לעבעדיקער עבֿודה־זרה. „פֿײַווישן‟ האָט זיך אײַנגעגעבן צו שאַפֿן זייער אַ געראָטענע אילוסטראַציע צום דאָזיקן מדרש; עס פֿעלן נאָר די טלאָען און הערנער.

די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער יערלעכער קירובֿ־ליציטאַציע רופֿן עס אַליין „דאָס גאָלדענע קדחת‟. הלוואַי וואָלטן די פֿרומע קינעמאַטאָגראַפֿן געחלומט וועגן באַצויבערטע גאָלדענע אוצרות הינטערן טײַך סמבטיון, וואָס אַ גרופּע כּולל־תּלמידים זוכט אין אַן עק וועלט, פֿאַרבײַסנדיק דעם „לחיים‟ מיטן טשאָלנט; דאָס וואָלט כאָטש געקאָנט זײַן טשיקאַווע. אַן „עלדאָראַדאָ‟ מיט אומגעלומפּערטע טאַנצנדיקע דאָלאַרן זעט אָבער אויס, דאַכט זיך מיר, גיכער טאַקע ווי אַ „קדחת‟.