(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַ צווייטע קריטישע באַמערקונג האָט אַ שײַכות מיטן באָמבאַרדירן סיריע; דערמיט האַלטן מען, אַז אָבאַמאַ ווײַזט אַרויס אַ שטיצע באַשאַר אַל-אַסאַד, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט האָט פֿריִער געזאָגט, אַז אַסאַד מוז זיך אָפּזאָגן פֿונעם דיקטאַטאָרישן פּאָסטן. אין זײַן ענטפֿער האָט אָבאַמאַ גערעדט טאַקע איידל און דערקלערט, אַז מען קען נישט איגנאָרירן די סכּנה פֿון דער איסלאַמישער מדינה, נאָר ווײַל די טעראָריסטן באַדראָען אויך אַסאַד. ער האָט אויך באַמערקט, אַז עס איז געוואָרן קלאָרער אין די פֿאַרגאַנגענע צוויי יאָר, ווער עס זײַנען די מיטלמעסיקע רעבעלן, און ווער זײַנען די איסלאַמיסטן און גרויסע שׂונאים פֿון אַמעריקע.
צוליב דעם קען מען איצט אָנהייבן, בשותּפֿות מיט סאַודיע, צו לערנען די „גוטע‟ רעבעלן צו קעמפֿן; זיי זאָלן קענען זיך באַשיצן סײַ פֿון די איסלאַמיסטן און סײַ פֿון אַסאַדן. איך בין פּערזענלעך נישט איבערגעצײַגט, אַז דאָס איז נאָר אַ „מיטאָלאָגיע‟, וואָס אַמעריקע האָט אָפּגעגעבן סיריע אין די הענט פֿון דער איסלאַמישער מדינה מיט איר נישט שטיצן די מיטלמעסיקע רעבעלן. איך בין נישט זיכער, אַז אָבאַמאַ האָט איצט נישט קיין חרטה אויף דעם, וואָס ער האָט פֿריִער צוגעזאָגט זיך נישט אַרײַנצומישן. וואָס עס זאָל אָבער נישט זײַן, האָט ער געפֿונען פֿאַר זיך אַן אופֿן צו טאָן וואָס ער דאַרף אין סיריע.
באמת גערעדט, האָט אָבאַמאַ געמוזט פֿירן דעם קאַמף קעגן דער איסלאַמישער מדינה. עס איז נישט קיין צופֿאַל, וואָס די אַראַבישע מדינות האָבן מסכּים געווען אַזוי גיך מיטצואַרבעטן מיט אַמעריקע. די צווייטע אָפּציע וואָלט געווען מיטצואַרבעטן מיט איראַן, די אַליִיִרטע פֿון אַסאַדן און פֿון די מער עקסטרעמע שיִיִטן אין איראַק. די וועלט איז שוין צוגעוווינט געוואָרן, אַז אַמעריקע שפּילט די ראָלע פֿון דעם רײַכן, שטאַרקן פֿירער פֿון אַן אינטערנאַציאָנאַלער קאָאַליציע. דעריבער זײַנען אַמעריקעס אַליִיִרטע אין מיטל-מיזרח געווען אַנטוישט מיט דער נײַער אַמעריקאַנער פּאָליטיק אין דעם ראַיאָן. זי האָט טאַקע געוואָלט איבערלאָזן די אַליִיִרטע אויף הפֿקר אין דער צײַט, וואָס די סכּנה פֿון די איסלאַמיסטן און איראַן זײַנען מער געפֿערלעך ווי ביז אַהער.
אָבאַמאַ האָט באַשלאָסן, אַז די איסלאַמישע מדינה איז אַ נײַער סאַדאַם כוסיין; און פּונקט ווי דעמאָלט איז אַמעריקע געשטאַנען אין שפּיץ פֿון דער קאָאַליציע אָפּצוהיטן קוּווייט, אַז דער מיטל-מיזרח זאָל נישט ווערן צו אומסטאַביל; אַזוי וועט אַמעריקע איצט אָנפֿירן מיט אַ קאָאַליציע קעגן דער איסלאַמישער מדינה.
צי די אמתע סיבה איז, וואָס מ׳האָט מורא, אַז די עקסטרעמע איסלאַמיסטן וועלן ווערן מער פּאָפּולער, צי אַז אַמעריקעס שׂונאים זאָלן נישט ווערן די הערשער אין מיטל-מזרח, וועט עס דערווײַל בלײַבן פֿאַר אַ וויכּוח די פּאָליטישע לײַט, און אפֿשר אַפֿילו אַ טעמע פֿאַר די היסטאָריקער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.