לעצטנס, האָט פּרעזידענט אָבאַמאַ געמאַכט אַן אינטערוויו אויף דער טעלעוויזיע-פּראָגראַם „60 מינוט‟, אין וועלכער ער האָט גערעדט וועגן זײַן באַשלוס צו פֿירן אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאַמפּאַניע קעגן דער איסלאַמישער מדינה פֿון איראַק און דעם לעוואַנט, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס ער אַליין האָט, ווי דער פּרעזידענט, פֿריִער אַרויסגעצויגן דאָס אַמעריקאַנער מיליטער פֿון איראַק, און צוגעזאָגט דעם אַמעריקאַנער פֿאָלק, אַז אַמעריקע וועט זיך מער בשום-אופֿן נישט אַרײַנמישן אין סיריע.
עס גייט הײַנט אָן אַ שאַרפֿע קריטיק פֿון אָבאַמאַס פּאָליטיק אין מיטל-מיזרח, ווי אויך פֿון זײַנע ווערטער אין דעם אינטערוויו; אָבער דאָס מאָל האָט ער זיך אויפֿגעפֿירט ריכטיק. כּדי צו פֿאַרשטיין פֿאַרוואָס, דאַרף מען באַטראַכטן זײַנע ווערטער.
איין קריטישע באַמערקונג צום פּרעזידענט אָבאַמאַ איז, אַז ער האָט געזאָגט אַ ליגן, טענהנדיק, אַז קיין איין אַמעריקאַנער סאָלדאַט וועט נישט שטעלן זײַן פֿוס אויף דער איראַקישער ערד. אָבאַמאַ האָט, פֿון זײַן זײַט, אויף דעם געענטפֿערט, אַז ער האָט טאַקע אַזוי געזאָגט, אָבער אויך געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז די זעלנער, וועלכע מע האָט איצט געשיקט אַהין, וועלן בלויז דינען ווי עצה־געבער, און נישט קעמפֿן. דאָס איז געווען אַ קלוגער ענטפֿער.
קודם-כּל, האָט ער אַרויסגעוויזן כּבֿוד פֿאַר די סאָלדאַטן, זאָגנדיק, אַז זיי זײַנען דאָך אין אַ געפֿאַר. נאָכדעם האָט ער באַטאָנט, אַז זיי העלפֿן דער איראַקישער אַרמיי, וואָס פֿירט דעם קאַמף למעשׂה. זײַנע ווערטער האָבן אַ טיפֿן היסטאָרישן פּרעצעדענט. אין דער אַמעריקאַנער רעוואָלוציע האָט פֿראַנקרײַך נאָר „געשטיצט‟ די אַמעריקאַנער מיט געלט, געווער און עצות. מען וואָלט פּשוט נישט געקענט געווינען די מלחמה קעגן ענגלאַנד אָן אַזאַ הילף. רעדנדיק נאָר וועגן דעם „העלפֿן‟, און נישט דעם „קעמפֿן‟, האָט מען אויך געלאָזט די אַמעריקאַנער קריגן דעם כּבֿוד פֿאַרן נצחון. אַזוי, לאָמיר האָפֿן, וועט די איראַקישע אַרמיי קענען שפּעטער זאָגן, אַז זי אַליין האָט גובֿר געווען איבער דער איסלאַמישער מדינה, און זאָלן אַנדערע אַזעלכע גרופּעס נישט טראַכטן אַפֿילו, אַז זיי זײַנען שטאַרקער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.