(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ישו דער מענטש װערט געפּײַניקט דורך יעזוס דעם קריסטלעכן גאָט. „די סיבה פֿון ישוס יסורים איז ניט די פֿיזישע פּײַן פֿון דער קרײצונג, נאָר דאָס פֿאַלשע קריסטלעכע צואײגענען אים די דאָזיקע פּײַן‟ — אַזױ טײַטשט שטהל אױס גרינבערגס פּאָעמע „מעפֿיסטאָ‟. גרינבערגס ייִדישער „ברודער‟ ישו װערט אַן אַסיר אין די הענט פֿון קריסטן און אַ קרבן פֿון דער קירך. די ישו־געשטאַלט מאַכט אַ װײַטערן גילגול אין גרינבערגס העברעיִשע לידער.
אין תּל–אָבֿיבֿ, װוּ דער דיכטער האָט זיך באַזעצט אין די 1920ער יאָרן, איז ער געװאָרן אָפּגעזונדערט פֿון דער ציוניסטישער סבֿיבֿה צוליּב זײַנע עקסטרעם–רעכטע פּאָליטישע אָנזיכטן. און דװקא ישו איז געװאָרן זײַן „ברודער אין לײַדן‟, װי אַ פֿרעמדער צװישן די אײגענע. נאָכן חורבן שילדערט גרינבערג ישו װי „אַ סימבאָל פֿון ייִדישע לײַדן אין די הענט פֿון קריסטן אין משך פֿון דער געשיכטע‟.
פֿאַרן נײַעם דור העברעיִשע שרײַבער, װאָס זײַנען געבױרן געװאָרן אין ארץ־ישׂראל, האָט די פֿיגור פֿון ישו ניט געהאַט קײן שײַכות צו דעם שרעק פֿון קריסטלעכע רדיפֿות. זײ האָבן אים באַטראַכט װי אַ היסטאָרישע פּערזענלעכקײט אין דער תּקופֿה פֿונעם צװײטן בית־המקדש. די פּראָבלעמאַטישע סתּירה צװישן דעם היסטאָרישן ייִדישן ישו הנוצרי און דעם קריסטלעכן גאָט יעזוס איז מער ניט אַזוי וויכטיק אין דער ישׂראלדיקער ליטעראַטור. ישו װערט אַ ליטעראַרישער העלד, װאָס רעפּרעזענטירט די אײנזאַמקײט פֿון אַ שעפֿערישער פּערזענלעכקײט, איר אַנדערשקײט פֿונעם פּשוטן. זײַנע יסורים װערן פֿאָרגעשטעלט װי אינעװײניקסטע לײַדן פֿון אַן עלנטן דיכטער אָדער קינסטלער. אַזאַ מין געשטאַלט באַװײַזט זיך צום ערשטן מאָל אינעם ראָמאַן פֿון פּנחס סדה, „החיים כּמשל‟ (1958), װאָס האָט גורם געװען אַ סקאַנדאַל אין דער ישׂראלדיקער ליטעראַטור.
בעת סדה האָט גענוצט די פּאַראַלעל צװישן דעם דיכטער און ישו, כּדי צו באַטאָנען דעם דיכטערס גדולה, האָט זיך דער דיכטער נתן זך אידענטיפֿיצירט מיט ישוס מענטשלעכער שװאַכקײט און אײדלקײט. אַזאַ מין ישו־פֿיגור איז כאַראַקטעריש פֿאַרן נײַעם דור ישׂראלדיקע שרײַבער מיט זײַן אינטערעס אין װעלטלעכער יחידישקײט, אַנשטאָט דער נאַציאָנאַלער אָדער רעליגיעזער ייִדישקײט. גאַנץ אַנדערש איז געװען די באַציִונג צו ישו פֿון דער דיכטערין יונה װלך. אַזױ װי ישו, האָט זי געפֿילט אַ שליחות, װאָס זאָל איבעראַנדערשן די װעלט. שטהל פֿאָלגט נאָך דער פֿיגור פֿון ישו הנוצרי אויפֿן וועג פֿון די מאָדערנע ליטעראַרישע טענדענצן, און באַװײַזט ווי זי ווערן געשילדערט אין פֿאַרשידענע געשטאַלטן און אין פֿאַרשידענע צײַטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.