די פֿיגור פֿון ישו הנוצרי האָט צוגעצױגן אַ היפּשע צאָל ייִדישע שרײַבער, דיכטער און קינסטלער אינעם 20סטן יאָרהונדערט.
די גילגולים פֿונעם דאָזיקן אימאַזש אין דער מאָדערנער ייִדיש־ליטעראַטור האָט אױסגעפֿאָרשט מיט עטלעכע יאָר צוריק מעטיו האָפֿנאַם, און איצט איז געקומען די רײ פֿונעם „העברעיִשן‟ ישו. נטע שטהלס בוך „יענער, דער ברודער: יעזוס אין דער ייִדישער ליטעראַרישער לאַנדשאַפֿט פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט‟, באַהאַנדלט די פֿאַרשידענע מינים פֿון דער ישו־פֿיגור אין די װערק פֿון העברעיִשע מחברים, פֿון יוסף קלױזנערס פּאָפּולערער היסטאָרישער פֿאָרשונג „ישו הנוצרי: זמנו, חייו ותּורתו‟ (1922) ביז די מאָדערנע שרײַבער יונה װלך, יצחק לאור, נתן זך.
אין צװישן באַטראַכט שטהל אױך די צענטראַלע ייִדישע װערק אױף דער דאָזיקער טעמע פֿון משה־לײב האַלפּערן, אורי־צבֿי גרינבערג און שלום אַש. זי טײלט אױס צװײ פֿאַרשידענע מינים פֿון דער ישו־געשטאַלט. אײנע איז פֿאַרבונדן מיטן גלות, און די אַנדערע — מיט ארץ־ישׂראל. די העברעיִשע מחברים, װאָס האָבן געשריבן אין ארץ־ישׂראל, האָבן כּסדר געשילדערט ישו װי אַן אײגענעם, אַ הײמישן ארץ־ישׂראלדיקן ייִדן, װאָס מען האָט אים ניט פֿאַרשטאַנען בשעתו. דער דאָזיקער ישו האָט אַ קנאַפּן שײַכות צום קריסטנטום און צו אומות־העולם. דער גלות־ישו באַקומט צװײ פֿאַרשידענע אױסטײַטשונגען. ער קאָן זײַן אָדער אַ סימבאָל פֿון ייִדישע יסורים אין דער קריסטלעכער װעלט, אָדער אַ שליח פֿון אַ נײַער הומאַניסטישער װעלט־רעליגיע, װאָס װערט דער יסוד פֿון דער ייִדיש־קריסטלעכער ציװיליזאַציע.
נאַטירלעך, נעמען אַלע מחברים דעם „נײַעם טעסטאַמענט‟ פֿאַרן הױפּט־מקור פֿון זײערע ליטעראַרישע פּאָרטרעטן. אָבער זײ טײַטשן אױס דעם דאָזיקן טעקסט אױף פֿאַרשידענע אופֿנים. שלום אַש אין זײַן ראָמאַן „דער מאַן פֿון נצרת‟ שאַפֿט אַן אײגענעם נוסח, דעם „יעװאַנגעליום לױט יהודה איש־קריות‟, װאָס באַטאָנט דעם ייִדישן מהות פֿון ישוס תּורה; און דער העברעיִשער דיכטער אַבֿרהם שליאָנסקי שילדערט ישו װי אַ מין חלוץ פֿון גליל, װאָס װיל ברענגען דעם „טעם פֿון גאולה‟ צו דעם ייִדישן ייִשובֿ אין ארץ־ישׂראל.
אײנע פֿון די סאַמע קאָמפּליצירטע און סתּירותדיקע ישו־געשטאַלטן געפֿינט מען אין די ייִדישע און העברעיִשע לידער פֿון אורי־צבֿי גרינבערג. שטהל דערװײַזט, אַז עיקרדיק פֿאַרן דאָזיקן אימאַזש איז די סתּירה צװישן דעם מענטשלעכן און געטלעכן מהות פֿון ישו: „בעת דער דיכטער איז קרובֿ צו ישוס מענטשלעכן עלעמענט, װערט ער אָפּגעשטױסן פֿון זײַן געטלעכקײט.‟ ישוס מענטשלעכע לײַדן דינען װי אַ סימבאָל פֿון דער טראַגישער מענטשלעכער עקזיסטענץ, אָבער די קריסטלעכע רעליגיע האָט געמאַכט פֿון אים אַ פּסל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.