שלום־עליכם, אין זײַן עסיי „מײַן בעקאַנטשאַפֿט מיט ח. נ. ביאַליק‟, רופֿט אים אָן „דער גרעסטער פֿון אונדזערע פּאָעטן‟, דער „ריז פֿון די ריזן‟. ווײַטער שרײַבט ער וועגן אַ קאָנפֿערענץ פֿון די העברעיִסטן (1907) אין האַאַג: „…מער פֿון אַלע אַנדערע קאָכט זיך עפּעס אַ יונגערמאַנטשיק. ווײַזט אויס, אַ ׳בורזשוק׳… אַ ׳קופּטשיק׳*… אָט־אָ־דער קליינער בורזשוק איז געווען דער גרויסער ביאַליק…‟ און נאָך ווײַטער: „אין האַאַג… די גאַנצע צײַט כּמעט זענען מיר מיט ביאַליקן געווען ניט צעשיידט… געפֿירט אינטימע געשפּרעכן… גלײַך ווי מיר וואָלטן געווען באַקאַנט פֿון יאָרן און יאָרן… גלײַך ווי מיר האָבן זיך אין אונדזער ווײַטער קינדהייט צעשיידט און איצטער ווידער אַ מאָל צונויפֿגעקומען זיך.‟
דערנאָך איז ביאַליק געקומען צו שלום־עליכמען אויף ראָש־השנה קיין גענף אין שווײץ. דאָרט איז אויך געווען דער זיידע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור — מענדעלע, און בן־עמי. זיי האָבן זיך פֿאָטאָגראַפֿירט און געלאָזט פֿאַר אונדז די באַוווּסטע פֿאָטאָגראַפֿיע „פֿיר זענען מיר געזעסן‟. איך מיין, ווען שלום־עליכם וואָלט געוווּסט, ווי אַזוי ביאַליק האָט זיך שפּעטער, שוין אין פּאַלעסטינע, באַצויגן צו ייִדיש, וואָלט ער, געוויס געווען זייער און זייער אַנטוישט.
אַגבֿ, ניט תּמיד האָט אונדזער קלאַסיקער געזונגען לויבגעזאַנגען ביאַליקן. זײַנעם אַ בריוו צו מרדכי ספּעקטאָר, 1902, פֿאַרענדיקט ער אַזוי: „אײַער דיכטונג איז מחיה־נפֿשות! איך האָב גאָר ניט געוווּסט, אַז איר זענט אַזאַ פּאָעט! אַ כּפּרה ביאַליק!‟
חיים גרינבערג, אין זײַנע דערמאָנונגען וועגן ביאַליקן, „אַ טאָג אין לייפּציג‟ (1924), דערציילט, וואָס ביאַליק האָט אים געזאָגט וועגן שלום־עליכמען: „ווען שלום־עליכם וואָלט שטענדיק געהאַלטן בײַ טבֿיהס חכמה, וואָלט ער געווען אַ סך אַ גרעסערער שרײַבער… זײַן אומגליק איז געווען, וואָס חכמה אַליין איז אים געווען ווייניק; ער האָט נאָך געוואָלט ׳חכמות׳, און דערפֿאַר איז ער אַזוי אָפֿט געווען דאָס, וואָס… אײַערע בעסאַראַבער ייִדן רופֿן ׳אַ כאָכמאַטש׳***‟.
ווען אין 1927־1928 האָט זיך געפֿירט די פּאָלעמיק אַרום דעם פּלאַן צו שאַפֿן אַ קאַטעדרע פֿאַר ייִדיש אין ירושלים, האָט ביאַליק געזאָגט: „ייִדיש איז פֿאַרמישפּט אָפּצושטאַרבן, אַזוי ווי דאָס איז געשען מיט אַלע אַנדערע שפּראַכן, וואָס ייִדן האָבן גערעדט אין גלות… ס’איז געקומען די פּטירה־צײַט פֿון ייִדיש, אַזוי ווי דאָס איז געשען מיט אַרמיש…‟. ביאַליק האָט פֿאָרגעלייגט אַ פֿונקציאָנעלע פֿאַרטיילונג צווישן ביידע שפּראַכן אין גלות: ייִדיש, ווי אַ טאָג־טעגלעכע שפּראַך און ווי אַ לימוד־שפּראַך; העברעיִש, ווי דאָס לשון פֿון בוך און קולטור‟. און נאָך: „צו ייִדיש איז ניטאָ וואָס צו דינען. ווײַל ס’איז ניטאָ קיין שום האָפֿענונג אויף איר קיום‟.
דאָס אַלץ האָט ער געזאָגט, נאָך אין דער צײַט, ווען ס’האָט זיך צעבליט די ייִדישע ליטעראַטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, אין פּוילן, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אין ליטע, אין גרויס־רומעניע. אין דער צײַט, ווען ס’האָבן זיך ערשט צעשײַנט אַזוינע שטערן ווי דוד האָפֿשטיין, דוד בערגעלסאָן, פּרץ מאַרקיש, שלום אַש, יוסף אָפּאַטאָשו, ה. לייוויק, משה־לייב האַלפּערן, מאַני לייב, איציק מאַנגער, „יונג ווילנע‟ און נאָך, און נאָך… כ’מיין, אַז ווען ביאַליק דערלעבט ביזן יאָר 1978, ווען דער ייִדישער שרײַבער באַשעוויס־זינגער האָט באַקומען די נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור, וואָלט ער, ביאַליק, זיכער, פֿאַר פֿאַרדראָס און ווייטיק, גענומען זיך דאָס לעבן…
פֿון צײַט צו צײַט אויף פֿאַרשיידענע פֿאַרזאַמלונגען, וווּ עס זענען געווען שרײַבער אויף ייִדיש, פֿלעגן זיך אַ סך ייִדיש־ליבהאָבער פֿון דער האַרץ־טיפֿקייטן אַרויסרײַסן: „ייִדיש איז דאָס לשון, אויף וועלכן עס האָבן גערעדט אונדזערע עלטערן און אור־אור־עלטערן‟, „דער אונטערגאַנג פֿון ייִדיש איז איינער פֿון די טראַגישסטע בראָכן אין אונדזער לעבן, מחמת דעם רײַכן האָב־און־גוטס וואָס זענען אַרײַנגעטאָן געוואָרן אין איר‟, „זאָל פֿאַרטריקנט ווערן די האַנט וואָס הייבט זיך אויף אויף ייִדיש‟…
נאָר דאָס זענען געווען בלויז שיינע ווערטער פֿאַר אַן עולם, חכמהלעך. בערל קאַצענעלסאָן, אויך אַ העברעיִסט, האָט געזאָגט דעמאָלט, אין דער צײַט פֿון דער פּאָלעמיק: „אַזאַ פּשרן, ווי ביאַליק, איז אַ גרעסערע סכּנה פֿאַרן ייִדישיזם ווי עטלעכע פֿאַנאַטיקערס‟.
ווען דער רעדאַקטאָר פֿון דער ווילנער „די ייִדישע וועלט‟, נחמן מײַזיל, האָט אָנגעשריבן צו ביאַליקן אַ בריוו (1928), אַז יענער זאָל אַרײַנשיקן עפּעס וועגן זשורנאַל, האָט אים דער פּאָעט געענטפֿערט: „…ווי קאָן איך זיך לאָזן וואַנדערן אין אַ וועלט, וואָס איז ניט מײַנע…‟
אין יאָר 1931 איז ביאַליק געווען אין וואַרשע. ער האָט דאָרטן געהאַלטן אַ פֿאָרטראָג און צווישן אַנדערע געזאָגט: „ייִדיש וועט ניט אויסמײַדן דעם גורל פֿון די אַלע פֿריִערדיקע 15 שפּראַכן בײַ די ייִדן, און וועט סוף־כּל־סוף אונטערגיין…‟ די דאָזיקע ווערטער האָבן אַרויסגערופֿן אַ שאַרפֿן פּראָטעסט. אין וואַרשע האָט דער פּען־קלוב דורכגעפֿירט אַן אָוונט „אַן ענטפֿער ביאַליקן‟, אויף וועלכן דער פּאָעט האָט זיך אָפּגעזאָגט צו באַטייליקן. שאַרפֿע ענטפֿערס האָבן אָפּגעדרוקט אין „ליטעראַרישע בלעטער‟ נחמן מײַזיל, „אַ לוויה לויט דער ערשטער מדרגה‟; מלך ראַוויטש, „זעכצן פֿאַרמישפּטע און דער דיכטער, דער ריכטער‟; און אַהרן צייטלין, „אַן אָפֿענער בריוו צו ח. נ. ביאַליק‟.
דער ענטפֿער פֿון צייטלין איז געדרוקט אין צוויי נומערן אויף פֿיר זײַטלעך. בלויז אַ פּאָר ציטאַטן: „וואָס גיט אײַך, דעם דיכטער ביאַליק, דאָס מאָראַלישע און געשיכטלעכע רעכט אַזוי צו זאָגן, ווען תּל־אָבֿיבֿער העברעיִש איז דאָך אויך נישט מער ווי אַ נײַער גילגול, וואָס איז נאָך יונג אין פֿאַרגלײַך מיט דער פֿיל עלטערער ייִדישער שפּראַך?‟, „צי זענט איר גופֿא, דער העברעיִשער קלאַסיקער חיים־נחמן ביאַליק, נישט אַ פּראָדוקט פֿון דער אַטמאָספֿער פֿון ייִדיש?… צי וואָלט די אַטמאָספֿער פֿון דעם נעאָ־משׂכּילישן סעקטן־העברעיִש — אויך געקאָנט אַרויסגעבן אַ ביאַליק?‟. און צום סוף פֿון דעם אָפֿענעם בריוו: „…נישט צוליב דעם איז אַ פֿאָלק דורכגעגאַנגען דורך אַלע פֿײַערן […] כּדי אין אַ דרײַטויזנט־יעריקער עלטער אַרויפֿציִען אויף זיך דאָס כאַלאַטל פֿון אַ דאַטשניק, שפּאַצירן אין שטעקשיך בײַם שטראַנד פֿון תּל־אָבֿיבֿ, און ציטערן פֿאַר ׳זשאַרגאָן׳‟…
איצט טראַכט איך: אויב ביאַליק, וואָס האָט אַליין אויך געשריבן אויף ייִדיש, געווען גוט באַקענט מיט די קלאַסיקער פֿון דער ייִדיש־ליטעראַטור און מיט גרויסע ייִדישע שרײַבער, איז אַליין געווען קעגן ייִדיש, ייִדישער ליטעראַטור און ייִדיש־קולטור אין ארץ־ישׂראל, וועלכער האָט זיך פֿאַרעקשנט, אין דער אידעע פֿיקס, אַז „ייִדיש איז איינע פֿון די 15 גלות־שפּראַכן בײַ די ייִדן‟, — ווי קאָנען מיר האָבן טענות צו די הײַנטיקע ישׂראלדיקע קולטור־טוער, וואָס האָבן קיין אַנונג ניט וועגן ענין מאַמע־לשון?
נחמן מײַזיל אין זײַן אַרטיקל, „חיים־נחמן ביאַליק‟ האָט געשריבן, אַז, ביאַליק האָט טיף אין האַרצן ליב געהאַט די ייִדישע שפּראַך. מיר וועלן צוגעבן: אַזוי טיף אין האַרצן, אין אַזאַ טיפֿער טיפֿקייט, אַז זײַן ליבע צו ייִדיש האָט קוים־קוים אַרויסגעפֿינקלט פֿון דאָרטן…
* בורזשוק — (פֿאַרקריפּלט) פֿון וואָרט בורזשואַ
** ׳קופּטשיק — פֿון רוסיש, „קופּעץ‟, הענדלער
*** כאָכמאַטש — וויצנטרײַבער
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.