(די 2 טע זײַט פֿון 2)
וואָס זענען דײַנע פּלענער לגבי דעם „צענטער‟?
דער ערשטער פּלאַן איז צו פֿאַרהיטן דעם חן פֿון „דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק“. דער צענטער, לפֿי־דעתּי, איז הײַנט זייער מצליח, דער וויכטיקסטער פֿון זײַן מין אין אייראָפּע. כ’האָב אָנגעציילט בסך־הכּל 20 קורסן פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור, וואָס מיר גיבן דאָ אָנהייבנדיק פֿון דעם 20סטן סעפּטעמבער, אויף אַלע ניוואָען. דאַרפֿן מיר, ערשטנס, זיך זאָרגן, אַז די פּערסאָנאַל־ענדערונג זאָל בשום־אופֿן נישט שאַטן די שוין אײַנגעוואָרצלטע דערגרייכונגען פֿונעם צענטער.
פֿאַרשטייט זיך, אַז כ׳האָב דערצו מײַנע אייגענע פּלענער לגבי דער צוקונפֿט. אַ וויכטיקער פּראָיעקט מײַנער איז צו עפֿענען דעם צענטער פֿאַר מענטשן, וואָס קומען פֿון אַנדערע ערטער; צוציִען צו אונדז, למשל, סטודענטן פֿון אַמעריקע אָדער פֿון מיזרח־אייראָפּע; צו ווײַזן דער ייִדישיסטישער וועלט, אַז „דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק“ איז נישט נאָר אַ פֿראַנצייזישער צענטער, נאָר גיכער אַ וועלט־צענטער פֿון ייִדיש.
מיר וועלן אָנהייבן איבערזעצן אונדזער מאַטעריאַל אויף ענגליש; און מיר האָפֿן צו שאַפֿן אַ הסכּם מיט אוניווערסיטעטן, זיי זאָלן צו אונדז אָנהייבן שיקן סטודענטן, כּדי צו באַרײַכערן ווײַטער ביידע צדדים. סטודענטן פֿון דער גאָרער וועלט זאָלן וויסן, אַז מע דאַרף נישט קענען בײַ אונדז קיין אַנדער שפּראַך, אַחוץ ייִדיש; און דאָס איז אויך אונדזער אייגנאַרטיקייט, פֿאַרשטייט זיך.
וואָס קאָן אַ „פֿרעמדער‟ סטודענט באמת דערוואַרטן, ווען ער קומט צו אײַך?
ער וועט באַקומען, קודם־כּל, קורסן מיט גרויסע ייִדיש־לערער, צום אַלעם ערשטן, יצחק ניבאָרסקי. כּמעט אַלע אַנדערע לערער דאָ זײַנען געווען זײַנע תּלמידים. ס׳וועט אים זײַן צוטריטלעך די גרעסטע ייִדיש־ביבליאָטעק אין אייראָפּע, וואָס איז כּולל באַזונדערע אַרכיוון פֿון מחברים. פֿאַר די אַמעריקאַנער סטודענטן בפֿרט, וועט עס זײַן אַ גרויסע איבערלעבונג צו פֿאָרן דווקא קיין אייראָפּע; צו פֿאַרשטיין די וואָרצלען פֿון ייִדיש, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס פּאַריז איז נישט ווילנע. אָבער אין ווילנע, איז אוממעגלעך הײַנט צו פֿאַרברענגען אַ גאַנצע וואָך אויף ייִדיש, וואָס מע קען יאָ טאָן בײַ אונדז.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.