צום ערשטן מאָל, איז אַ ראָש־השנה דרשה קאָמענטירט געוואָרן אין די נײַעס פֿון דער איראַנישער נאַציאָנאַלער טעלעוויזיע. „אַן אַמעריקאַנער ראַבײַ האָט גערופֿן צו אַ גענאָציד פֿון אַלע מוסולמענער,‟ האָט דערקלערט דער דיקטאָר אויף PressTV, די ענגליש־שפּראַכיקע סטאַנציע אָנגעפֿירט פֿון דער איראַנישער רעגירונג.
הגם דער באַריכט האָט שטאַרק איבערגעטריבן די ווערטער פֿון ראַבינער שלום לויִס, איז זײַן דרשה אינעם צווייטן טאָג ראָש־השנה געווען גענוג קאָנטראָווערסאַל אַרויסצורופֿן אַ ממשותדיקע קריטיק איבערן לאַנד.
רעדנדיק פֿאַר די כּמעט 2,000 מיטגלידער פֿון זײַן קאָנסערוואַטיווער שיל, „עץ חיים‟, אין מאַריעטאַ, דזשאָרדזשיע, האָט דער לאַנג־יאָריקער ראַבינער אויסגעדריקט אַ שאַרפֿע וואָרענונג וועגן דער סכּנה פֿון די מוסולמענישע עקסטרעמיסטן. ער האָט גערופֿן צו אַן אַמעריקאַנער־אָנגעפֿירטער מלחמה קעגן די בלוטיקע איסלאַמיסטישע אָרגאַניזאַציעס.
„זיי זענען אַלע גלײַך,‟ האָט ער באַטאָנט. „כעזבאָלאַ, איסלאַמישער דזשיהאַד, אַל שאַבאַב, מוסולמענישע ברודערשאַפֿט, באָקאָ כאַראַם, אַל־קײַדאַ, טאַליבאַן, איראַן.‟
„דער צאָרן פֿון אַכזריות באַדראָט אונדז אַלעמען און מיר מוזן עס באַקעמפֿן — נישט בלויז פֿאַרהאַלטן זײַן פֿאַרשפּרייטונג, אָדער עס דערדריקן, אָדער טאָלערין, נאָר פּראָסט־און־פּשוט עס פֿאַרטיליקן אין גאַנצן.‟
לויִס האָט באַצייכנט די מלחמה ווי אַ „הייליקן קרייצצוג‟. „עס רעדט זיך דאָ וועגן אַ סאָרט מענטש, וועלכער עסט זײַנע ברידער און שוועסטער, הרגעט זײַנע קינדער און פֿרייט זיך מיטן אומברענגען אומשולדיקע מענטשן ווי אַן אויסדרוק פֿון זײַן טרײַשאַפֿט צו גאָט,‟ האָט ער געזאָגט. „די דאָזיקע איסלאַמיסטישע פֿאַרברעכער זענען אין גאַנצן אַנדערש פֿון אונדז.‟
ראַבינער דזשעק מאָלין, אַ געוועזענער קאָנסערוואַטיווער ראַבינער, וועלכע קען לויִסן שוין יאָרן לאַנג, האָט באַמערקט, אַז זײַנע ווערטער זענען געווען „נישט־קאָנסטרוקטיוו‟. „ער דאַרף איצט באַטאָנען, אַז ער רופֿט נישט צו שחיטות פֿון געוויסע סעקטעס פֿון איסלאַם. אַ ראַבינער דאַרף בכלל אויסמײַדן אַזוינע טערמינען ווי ׳פֿאַרטיליקונג׳.‟
די דרשות פֿון ראָש־השנה און יום־כּיפּור זענען גאָלדענע געלעגנהייטן פֿאַר ראַבינער, ווײַל דעמאָלט קומען אין שיל כּמעט אַלע מיטגלידער. „ס׳איז אַ קונסט צו געפֿינען אַ באַלאַנס צווישן צוויי זאַכן — סײַ אויסדריקן אַ מיינונג, סײַ פֿאַרזיכערן, אַז דער עולם הערט זיך צו,‟ האָט דערקלערט ראַבינער סטואַרט ווײַנבלאַט, פֿון קהילת בני־צדק אין פּאָטאָמאַק, מערילאַנד. ער האָט צוגעגעבן, אַז אַ סך מתפּללים האָבן דווקא ליב ווען זייער רבֿ דריקט אויס אַ שאַרפֿע מיינונג, אַפֿילו אויב זיי זענען נישט מסכּים דערמיט.
לויִס׳ מתפּללים האָבן טאַקע באַגריסט זײַן דרשה מיט אַ שטייענדיקער אָוואַציע. לויִס האָט זיך אָנגעשלאָסן אין „עץ חיים‟ אין 1977, צוויי יאָר נאָך איר גרינדונג, און שפּעטער געוואָרן איר גײַסטיקער פֿירער. הײַנט באַשטייט זי פֿון 600 משפּחות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.