(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ביידע פֿרויען האָבן מיט דער צײַט אָפּגעגט זייערע מענער, אָבער ווײַטער געאַרבעט אינעם רויטליכט־קוואַרטאַל, „ווײַל דאָס איז שוין געוואָרן אַ טייל פֿון אונדז,‟ האָט לויִז געזאָגט. „אונדזער לעבן אין דעם געשעפֿט האָט בײַ אונדז אַרויסגערופֿן אַ געוויסן שטאָלץ.‟
ביידע זאָגן אָבער, אַז זיי האָבן פֿאָרט חרטה, וואָס זיי זענען געוואָרן פּראָסטיטוטקעס. „ס׳האָט אונדז געשאַפֿן אַ סך צרות, און אונדז געבראַכט אין קאָנטאַקט מיט נעגאַטיווע טיפּן,‟ האָט מאַרטינע געזאָגט. „פֿון דער אַנדערער זײַט, האָבן מיר זיך אויך באַקאַנט מיט עטלעכע זייער סימפּאַטישע מענטשן.‟
זינט זיי האָבן זיך צוריקגעצויגן פֿון דער אַרבעט, פֿאַרברענגען זיי מער צײַט מיט די קינדער און אייניקלעך. זיי האָבן אויך פֿאַרקויפֿט עטלעכע פֿון זייערע מאָלערײַען; צווישן זיי — בילדער פֿונעם רויטליכט־קוואַרטאַל. ביידע באַקומען אויך פּסיכאָטעראַפּיע פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, פֿון דער ייִדישער קהילה אין אַמסטערדאַם, צוליב משפּחה־טראַוומעס פֿאַרבונדן מיטן חורבן. „יאָרן לאַנג האָבן אונדזערע עלטערן מורא געהאַט, אַז מע וועט אונדזער מאַמען אַוועקנעמען, ווײַל זי איז געווען אַ האַלב־ייִדישע,‟ האָט לויִז דערקלערט. „מיר האָבן אויך באַהאַלטן ייִדן אין אונדזער הויז. מיר האָבן געירשנט יענע אַנגסטן.‟
זייערע עלטערן האָבן זיך שטאַרק אַנטקעגנגעשטעלט דער קאַריערע פֿון זייערע טעכטער, אָבער מיט דער צײַט האָבן זיי שלום געמאַכט מיט זייער באַשלוס. ווי קינדער האָבן די מיידלעך זיך נישט אויסגעלעבט ווי ייִדן, אָבער לעצטנס, האָבן זיי זיך ווידער פֿאַרבונדן מיט זייערע ייִדישע וואָרצלען. לויִז גייט איצט אין אַ רעפֿאָרם־טעמפּל.
„ווען מיר זענען נאָך געווען אין יענעם געשעפֿט, האָט נישט געפּאַסט, מיר זאָלן גיין אין שיל,‟ האָט לויִז באַמערקט. אַפֿילו הײַנט זיצט זי אין דער לעצטער ריי, אַזוי ווײַט ווי מעגלעך פֿונעם ראַבינער.
די שוועסטער פֿילן זיך הײַנט נאָענט מיט זייערע ייִדישע ברידער און שוועסטער. דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער זענען זיי געפֿאָרן אין אַ ייִדישער „שיף‟ ווי אַ טייל פֿונעם „גיי‟־פּאַראַד אין אַמסטערדאַם, דווקא ווי אַ פּראָטעסט קעגן אַנטיסעמיטיזם, האָט דערקלערט לויִז, וועלכע טראָגט קיין מאָל נישט קיין מגן־דוד, אויס זאָרג, אַז מע וועט זי באַפֿאַלן דערפֿאַר.
אינעם רויטליכט־קוואַרטאַל פֿילן זיי זיך אָבער נישט אין דער היים. „די מיידלעך פֿלעגן זײַן האָלענדישע, איצט זענען זיי אַלע אויסלענדער,‟ האָט לויִז געזאָגט. „די קליענטן פֿלעגן זײַן אָרטיקע, איצט — טוריסטן. און הײַנט וויל מען נישט קיין עלטערע מוידן. אויב דו ביסט עלטער פֿון 25 יאָר, שטייען זיי פֿאַר דײַן וויטרינע און מאַכן חוזק.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.