ווי אַ סך ייִדישע באָבעס, האָבן מאַרטינע און לויִז פֿאַקען ליב צו רעדן וועגן זייערע אייניקלעך, און דערבײַ אַרײַנמישן ייִדישע ווערטער.
דער 71־יאָריקער צווילינג פֿון אַמסטערדאַם האָט אויך ליב צו מאָלן, רעדן וועגן דעם חורבן און גייען אין סינאַגאָגע, ווען ס׳איז יום־טובֿ.
די פֿאַקענס זענען אָבער נישט ווי ס׳רובֿ ייִדישע באָבעס. זיי האָבן ביידע לעצטנס פּענסיאָנירט נאָך 50 יאָר אַרבעטן ווי פּראָסטיטוקעס אינעם רויטליכט־קוואַרטאַל פֿון אַמסטערדאַם. דערצו זענען זיי אויך געוואָרן באַרימט אין דער שטאָט נאָך דער פּובליקאַציע פֿון זייערע זכרונות, און צוליב אַ נײַעם דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן זיי, אַרויסגעלאָזט אין 2012, מיטן ענגלישן טיטל Meet the Fokkens [באַקענט זיך מיט די פֿאַקענס]. דער האָלענדישער טיטל פֿונעם פֿילם איז ווייניקער סובטיל: „אַלטע זונות‟.
„אונדזער בראַנדזשע האָט אונדז אויסגעלערנט ווי אויסצוקומען מיט אַלע מינים מענשן,‟ האָט באַמערקט לויִז פֿאַקען, וועלכע האָט פּענסיאָנירט אין 2010 צוליב אַרטריט. צווישן זייערע קונים זענען טאַקע געווען „אינטערעסאַנטע‟ טיפּן: גלחים, אימאַמס, רבנים…
„איינער פֿון מײַנע טערקישע קליענטן פֿלעגט בײַם אָרגאַזם אויסרופֿן אַללאַס נאָמען,‟ האָט מאַרטינע געזאָגט.
„און עס זענען צו אונדז ביידן געקומען לײַטישע, שעמעוודיקע ישיבֿה־בחורים,‟ האָט לויִז צוגעגעבן.
הגם זיי רעדן מיט וואַרעמקייט וועגן זייערע יאָרן „הינטער דער וויטרינע‟ — די גלעזערנע בודקעס אין אַמסטערדאַם, וווּ פּראָסטיטוטקעס שטייען און פּרוּוון צוציִען קונים — איז עס נישט געווען אַ קאַריערע וואָס זיי האָבן אַליין אויסגעקליבן. לויִז איז אַרײַן אינעם געשעפֿט ווי אַ יונג ווײַבל אין די פֿריִע 20ער, אונטערן דרוק פֿון איר געוועזענעם מאַן. „ער פֿלעגט מיך שלאָגן און האָט מיך געצוווּנגען עס צו טאָן. ער איז געוואָרן מײַן אַלפֿאָנס און געלעבט פֿון מײַן פּרנסה,‟ האָט זי געזאָגט.
דאָס פּאָרפֿאָלק האָט געהאַט פֿיר קינדער, אָבער איר געוועזענער מאַן האָט עטלעכע יאָר לאַנג זי גענייט איבערצולאָזן די קינדער בײַ אַ פֿרעמד פּאָרפֿאָלק. זי האָט זיי בלויז געמעגט באַזוכן אין די סוף־וואָכן. מאַרטינע האָט לכתּחילה געאַרבעט ווי אַ ראַמערין פֿון די שאַנדהײַזער, אָבער דערנאָך האָט זי אַליין אָנגעהויבן פֿאַרדינען פֿון פּראָסטיטוציע. „כ׳בין געווען אין כּעס, וואָס אַלע שליסן אויס מײַן שוועסטער, האָב איך עס אויך אָנגעהויבן טאָן — די וועלט אויף צו להכעיס.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.